User loginSearch |
די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז.
יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטורעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַרקערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿעסאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס.
די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק.
די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, געלעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות.
ווי וויכטיק איז די ניט־געלונגענע רוסישע רעוואָלוציע געווען פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע? צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן די ייִדן גענומען אַן אַקטיוון טייל אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק. זיי זײַנען געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַסן־שטרײַקן, פֿירער פֿון די ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען, ווי אויך צווישן די חשובֿע ליבעראַלע פּאָליטיקער און פּובליציסטן. די געשעענישן אין רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגערופֿן אין דער גאַנצער וועלט. די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן באַגלייט די רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן אַרויסגעשטויסן אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן לעבֿר־הים.
דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן.
וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר. די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994.
די פּראָבלעם פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער קולטור. דאָס נײַע בוך פֿון דער אונגאַרישער פֿאָרשערין זשוזשאַ העטעני באַהאַנדלט די דאָזיקע פּראָבלעם אויפֿן סמך פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. ווי עס קומט אַרויס פֿונעם בוך־טיטל, געהערט העטעני צו דער שול, וואָס האַלט, אַז די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור איז אַ ממשותדיקער פֿענאָמען, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן דער רעאַליסטישער פּראָזע.
צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטעראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוסלאַנד און ענגלאַנד. |
|























קהילה־לעבן