User loginSearch |
די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבוך מיטן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל "קולטור־פֿראָנט" דערקלערן זייער כּוונה אַזוי׃ "מיר האָבן בדעה מסביר צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון קולטורעלע פֿאָרמען און פֿונקציעס און זייערע באַטײַטן אין משך פֿון כּמעט פֿיר יאָרהונדערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע". אין הסכּם מיטן דאָזיקן פּלאַן, עפֿנט זיך דאָס בוך מיטן אַרטיקל פֿון אָדם טעלער (חיפֿה) וועגן די ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די גזירות תּ״ח־ותּ״ט און ענדיקט זיך מיט דזשעפֿרי שענדלערס (ניו־דזשויזי) באַהאַנדלונג פֿון פּראָפֿעסאָר יפֿה אליאַכס פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מאָדעל־שטעטל אין ראשון־לציון.
די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס.
דער באַגריף פֿון "קאָלעקטיוון זכּרון" שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין די עפֿנטלעכע און טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום די אַקטועלע ענינים פֿון פּאָליטיק און קולטור, בפֿרט אַרום דער פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליזם. דער "קאָלעקטיווער זכּרון" נעמט אַרום אַ גאַנצע ריי פֿון פֿאַרשידענע גלויבענישן און פֿאָרשטעלונגען וועגן דעם עבֿר — צומאָל אמתע, צומאָל פֿאַלשע, וועלכע לעבן אינעווייניק פֿון דער אָדער יענער געזעלשאַפֿטלעכער גרופּע, רעליגיעזער עדה, אָדער נאַציע. אַזאַ מין זכּרון ווערט געפֿורעמט אין שול, אין דער משפּחה, אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן, אין פּאָליטישע פּאַרטייען און קרײַזלעך.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע,
די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דער נײַער ראָמאַן פֿונעם שווייצער קולטור־היסטאָריקער ראָבערט כּהן פֿאַרנעמט דעם שטח צווישן געשיכטע און בעלעטריסטיק. די צענטראַלע פֿיגורן פֿונעם בוך זײַנען דרײַ פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט אין סאַמע קאָכעניש פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זיי טרעפֿן זיך אויף אַ ווײַלע אין בערלין סוף 1920ער יאָרן, און דערנאָך צעגייען זיי זיך צו פּראַווען זייער פּאָליטישן גלות אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות׃ אַלע דרײַ ווערן אומגעבראַכט אין 1942.
צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף.
דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם.
ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור.
די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. ווי עס קומט פֿאָר מיט אַלע גרויסע שרײַבער, ווערט שלום־עליכם פֿון דאָס נײַ איבערגעלייענט און אָפּגעשאַצט דורך יעדן נײַעם דור לייענער און פֿאָרשער. מען זוכט כּסדר נאָך נײַע מאַטעריאַלן און קוקווינקלען, מען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַרבאָרגענע טײַטשן, און מען געפֿינט נײַע פּאַראַלעלן מיט אַנדערע שרײַבער און קולטורן. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן אַ שרײַבער בלײַבן לעבעדיק און ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שיינעם מאָנומענט.
דער צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט געהערט צו די סאַמע געראָטענע פּראָיעקטן פֿונעם וועלט־באַרימטן פֿילאַנטראָפּ דזאָרדזש שאָראָש (Soros). געבוירן אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה אין בודאַפּעשט (זײַן מאַמע־לשון איז געווען עספּעראַנטאָ), האָט שאָראָש איבערגעלעבט דעם חורבן און געוואָרן אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון דעמאָקראַטיע און דער "אָפֿענער געזעלשאַפֿט". אין די 1990ער יאָרן האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט אין פֿאַרשידענע עפֿנטלעכע און אַקאַדעמישע אונטערנעמונגען אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער. |
|

























קהילה־לעבן