User loginSearch |
די הײַנטצײַטיקע שיטה אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע באַטראַכט רוסישע ייִדן ניט ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, נאָר ווי אַקטיווע "אַקטיאָרן אין דעם אויפֿקום־פּראָצעס פֿון דער מאָדערנער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", ווי עס דערקערלט די דײַטשישע היסטאָריקערין ווערענאַ דאָרן אין דער הקדמה צו איר נײַעם בוך. איר פֿאָרשונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם אייגנאַרטיקן פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, דעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע עליט דורך אויסשולן ראַבינערס פֿון אַ נײַעם שניט.
דער טיטל פֿונעם זאַמלבוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר מרדכּי אַלטשולער, דעם פֿאָטער פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שטודיעס אין ישׂראל, כאַפּט אויף דעם סאַמע עצם פֿון דער דרײַ־שטופֿיקער קאָנצעפּציע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָט לאַנגע יאָרן געהערשט אין דער מערבֿדיקער וויסנשאַפֿט׃ פֿון רעוואָלוציע צו רעפּרעסיעס אין ווײַטער צום אויפֿלעב.
באָריס סאַנדלער,
זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען;
דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס". טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט.
די אַזוי־גערופֿענע "גרויסע" רוסישע עליה פֿון די 1980—1990ער יאָרן האָט געענדערט דאָס פּנים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ערשט איצט הייבט מען אָן באַזיניקן בהדרגה דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון אָט דעם ריזיקן היסטאָרישן קער אין דער ייִדישער געשיכטע. ביז לעצטנס האָבן די עליה־פֿאָרשונגען געהאַט, דער עיקר, אַ פּראַקטישע כּוונה און באַדינט די געהעריקע מלוכישע אינסטאַנצן און געזעלשאַפֿטלעכע אַנשטאַלטן אין מדינת־ישׂראל. מען האָט, קודם־כּל, געוואָלט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי בעסער, גיכער, און ביליקער צו אַבסאָרבירן די ריזיקע כוואַליע פֿון די נײַע עולים.
עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן.
באָריס פֿרעזינסקיס נאָמען איז גוט באַקאַנט אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זײַן טעמע איז די רוסישע קולטור־געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — בפֿרט, שרײַבער אין קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן סאַמע באַליבטסטער ליטעראַרישער זשאַנער איז זכרונות, וווּ ער זוכט פּרטים, וועלכע אַנטפּלעקן די צוזאַמענווירקונג צווישן דיכטונג און ווירקלעכקייט. פֿרעזינסקי האָט זיך קונה־שם געהאַט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון איליאַ ערענבורג און פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "סעראַפּיאָנס־ברידער", וואָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן.
דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען,
דער נײַער דור פֿאָרשערס פֿון ייִדיש באַקענט זיך מיט דער שפּראַך און קולטור אין קאָלעדזשעס, גראַדויִר־שולן און פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמן. די דאָזיקע סיסטעם האָט אירע מעלות און חסרונות. מען לערנט אַ ספּעציעלן מין כּלל־ייִדיש און מען באַקומט אַ בילד פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן לויט די השׂגות און דעם געשמאַק פֿון זייערע לערערס. נאַטירלעך, שפּילט דערבײַ אַ וויכיטקע ראָלע דער "צײַטגײַסט" און די אינטעלעקטועלע מאָדע פֿון אונדזער תּקופֿה. און דווקא דערין שטעקט אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַרן ייִדישן קולטורעלן המשך.
"בלוט איז סײַ אַ סימבאָל און סײַ אַ מאַטעריעלע סובסטאַנץ", זאָגט פּראָפֿעסאָר דוד בייל אינעם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרשונג פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן ייִדן און בלוט. אָט די צוויי אַספּעקטן, דעם מעטאַפֿאָרישן און דעם בוכשטעבלעכן, זײַנען ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס בלוט צעטיילט און פֿאַראייניקט, עס האָט אַן אַבסטראַקטן מעטאַפֿיזישן און אַ קאָנקרעטן פֿיזישן מיין. עס שטייט צווישן לעבן און טויט, צווישן ייִדן און אומות־העולם, און צווישן קודש און חול.
עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט. דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור. דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק. |
|
























קהילה־לעבן