User loginSearch |
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט וויליאַם בײַערס, אַ קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר, פּובליקירט דאָס בוך "ווי אַזוי די מאַטעמאַטיקער טראַכטן", וואָס לייקנט אָפּ דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז מאַטעמאַטיק איז, כּלומרשט, אַ טרוקענע וויסנשאַפֿט, באַגרינדעט בלויז אויף שטרענגער לאָגיק און קאַלטן שׂכל. דער מחבר באַטאָנט, אַז, פּונקט פֿאַרקערט, אינעם יסוד פֿון דער דאָזיקער חכמה ליגן סתּירות, פּאַראַדאָקסן און צוויידײַטיקייט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די הײַיאָריקע פּרעמיע־לאַוראַעטן אין וויסנשאַפֿט. דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר די וויכטיקסטע דערגרייכונגען אין פֿיזיאָלאָגיע און מעדיצין האָבן באַקומען, בשותּפֿות: עליזאַבעט בלעקבערן, אַן אויסטראַליש־געבוירענע אַמעריקאַנער ביאָלאָגישע פֿאָרשערין פֿונעם סאַן־פֿראַנציסקער אוניווערסיטעט;
די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור באַהאַנדלען כּסדר דעם סימביאָז צווישן ייִדיש און לשון־קודש, אָפֿט פֿאַרגעסנדיק אונדזער דריטע שפּראַך — אַראַמיש, לשון-תּרגום. למשל, קיינער האָט נאָך נישט צונויפֿגעשטעלט אַ סיסטעמאַטישן קאָרפּוס פֿון "תּרגומישער" נגינה און פּאָעזיע, הגם אַ צאָל אַראַמישע לידער זענען באַקאַנט יעדן ייִדיש קינד. אין דער אמתן, דווקא דער עקזאָטישער קאָלאָריט, פֿאַרבונדן מיט קבלה און למדנות, גיט דעם תּרגום־לשון אַ באַזונדערן פּאָעטישן, מיסטישן און אַפֿילו ראַדיקאַלן טעם.
בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף.
די פֿאָרשונגען פֿון סימבאָלן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין ייִדישקייט, בפֿרט אין קבלה און פֿאָלקס־קונסט. אויב מע פֿאַרשטייט דעם באַדײַט פֿון אַ סימבאָל, קאָן ער אויסגענוצט ווערן ווי אַ שליסל צו די סודות פֿון דער וועלט־"מאַטריקס" און ווי אַ מיטל פֿון אינערלעכער טראַנספֿאָרמאַציע.
נישט לאַנג צוריק, האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "טעקסט" אַרויסגעגעבן אויף רוסיש צוויי קלאַסישע ייִדישע ביכער: שלום אַשס "קידוש־השם" און יצחק באַשעוויסעס "שׂטן אין גאָרײַ", איבערגעזעצט דורך ישׂראל נעקראַסאָוו — אַ באַגאַבטער פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט, אַ פּראָזע־ און פּאָעזיע־איבערזעצער, אַ פֿילאָלאָג, אַ לערער פֿון ייִדיש און אַ קענער פֿון עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש און ציגײַנעריש. "קידוש־השם" איז, מסתּמא, דאָס סאַמע באַרימטע ווערק פֿון שלום אַשן.
נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול. אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער.
די מאָדערנע תּקופֿה אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם.
מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם.
אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שולן באַקענען זיך די תּלמידים מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט בלויז אויף אַ זייער אויבערפֿלאַכיקן אופֿן. מע פֿירט דורך ווייניק פּראַקטישע עקספּערימענטן, און מע טראַכט זיך ווייניק אַרײַן אין דעם, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נאַטור-פֿענאָמענען "אַרבעטן". אין די אייראָפּעיִשע לענדער איז דער מצבֿ, בדרך־כּלל, אַ ביסל בעסער, אָבער אויך נישט אַזוי "אײַ־אײַ־אײַ".
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
לאָגיק, סתּירות און כאַאָס אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי. |
|

























קהילה־לעבן