ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט.

קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען זיך מער ניט דערלעבן צו וואַרטן אויף אַ "קײַלעכדיקער דאַטע". "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיצעס 150סטע יאָרצײַט — פֿון איצט אָן וועלן מיר אים רופֿן, ווי ס׳טוען עס זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט, פּשוט "וווּק" (וואָלף) — פֿאַלט אויס ערשט אין 2014. היות ווי ער איז געווען אַ גרויסער אוהבֿ־לשונות (ספּעציעל פֿון קלענערע און שוואַכערע) און היות ווי איך קען אפֿשר זײַן דער איינציקער אין דער גאַנצער ייִדיש־וועלט, וואָס איז באַקאַנט מיט זײַנע אויפֿטוען, אײַל איך זיך וועגן דעם איבערצוגעבן איידער עס ווערט פֿאַר מיר צו שפּעט דאָס צו טאָן. און אַ חוץ אַלעמען, איז אַ 145סטע יאָרצײַט אויך אַ דאַטע וואָס איז ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט!

פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ,

געזעלשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר דוכט זיך, "גלאָבאַליזירונג" האַלט לעצטנס אין ווערן אַ שלאָגוואָרט אויף דער ליבעראַלער ייִדישער גאַס. ווי ריצנאייל בײַ אַן אַמאָליקן רופֿא, איז "גלאָבאַליזירונג" כּלומרשט אַ רפֿואה, וואָס היילט אָדער קלערט אויף אַלע ווייטיקן און קרענק. אויף אָט דעם טערמין טרעפֿט מען זיך אָן בײַם באַוווּנדערן דעם שנעלן פֿאַרשפּרייט פֿון נײַע מאָדעס, נײַע מינים קונסט, אַ נײַעם מין "פֿלו", שפּײַזן און אַמוזירונגען וואָס זענען קראַנט איבער דער לענג און דער ברייט פֿון דער אינדוסטריעלער וועלט. און וואָס ניט? פֿון וואַנען נעמען זיך די אַלע פֿינאַנציעלע דאגות און אומגליקן איבער דער גאָרער וועלט?

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אילנה שוהמי

אין משך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן נאַצי־חורבן האָט זיך די שארית־הפּליטה געשעמט צו דערציילן איינער דעם אַנדערן, זייערע אייגענע קינדער און דער וועלט בכלל, וועגן די קאָשמאַרן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. צו גרויס איז געווען זייער פּײַן און צו טיף זייער ווייטיק און בושה וועגן דעם אַלץ וואָס ס’איז מיט זיי פֿאָרגעקומען. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט מען געהאַט גענוג כּוח דאָס אַלץ צו דערציילן אויף אַ דעטאַליזירטן אופֿן. און אַפֿילו די דײַטשן האָבן גענומען פֿאַרשטיין, אַז אויך זיי האָבן אַ חובֿ כאָטש צו דערציילן און מיט עפּעס מתקן צו זײַן אין שײַכות דערמיט.

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
האַראַלד בלום

דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער האַראַלד בלום אָפּגעדרוקט אינעם “New-York Review of Books" אַ כּלומרשטע רעצענזיע פֿון דער נײַער און פֿאַרגרעסערעטער (און שטאַרק פֿאַרשפּעטיקטער) אויפֿלאַגע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" (1978). למען־האמת מוז מען דערמאָנען, אַז אַן ענגלישע איבערזעצונג איז שוין אויך פֿריִער געדרוקט געוואָרן אין 1980. אָבער איצט, איז די נײַע איבערזעצונג אַרויסגעקומען מיט די אַלע נאָטיצן, הערות, ביבליאָגראַפֿיעס און הוספֿות פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, און נאָך מער.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הרבֿ סטעפֿאַן (אישטוואַן) דאַמאַן איז אַן אונגאַריש־געבוירענער רבֿ וואָס קען, חוץ אונגאַריש, אי ייִדיש, אי לשון־קודש, אי ענגליש. דערמיט אַליין איז ער אַ וואַזשנער אינפֿאָרמאַנט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". נאָר אַ חוץ אַלעמען, איז ער אויך דער לעצטער היימיש־געבוירענער רבֿ (און בן־רבֿ, נאָך דערצו) וואָס האָט באַקומען זײַן סמיכה אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ישיבֿה נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער קען דעריבער פֿאַרבינדן דעם "בימים ההם" מיטן "בזמן הזה" פֿון ייִדן אין אונגאַרן בכלל און אין בודאַפּעסט בפֿרט.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בפּועל־ממש אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך ליגט דאָס לאַנד אַזערבײַדזשאַן, אײַנגעניורעט פּאַזע דעם דרום־מערבֿ־ברעג פֿונעם קאַספּישן ים און פּונקט אין דער געגנט פֿון דזשאָרדזשיע (גרוזיע) און אָסעטיע, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַזוי אָנזעעוודיק אין “צענטראַל־אַזיע" אין שײַכות מיטן קריג צווישן דעם רוסישן פֿירער “פּוטין" און דעם גרוזינישן פֿירער “סאַאַקאַשווילי".

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רבותי, ווען מיר וואָלטן אַלע הײַנט גערעדט אויף דײַטש און אויף ייִדיש איינער צום אַנדערן, וואָלטן זיך זיכער געפֿונען חכמים (אי צווישן אַחינו־בני־ישׂראל און אי צווישן די אומות־העולם) וואָס וואָלטן דאָס אי באַטראַכט ווי באַשערט, אי געהאַלטן פֿאַר ניט מער ווי נאַטירלעך. "נאַטירלעך" און "באַשערט" ווערן אין דער חכמת־הגעשיכטע געטײַטשט אויף צוריק, ניט אויף פֿאָרויס.

קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ פֿעסטיוואַל פֿון טראַדיציאָנעלע באַסקישע טענץ אין רענטעריע, אינעם באַסקישן ראַיאָן

די לייענער פֿון מײַנע חודשלעכע אַרטיקלען ווייסן שוין זיכער אַז ווען איך שרײַב וועגן קליינע ניט־ייִדישע פֿעלקער און זייערע לשונות, טו איך דאָס בלויז ווײַל איך מיין אַז מיר קענען זיך פֿון זיי אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל לגבי ייִדן און ייִדיש. אין אָט דעם כּלל פּאַסן זיך אויך אַרײַן די ווײַטערדיקע באַמערקונגען וועגן די באַסקן און באַסקיש. וועגן זיי האָב איך טאַקע געשריבן איינע פֿון מײַנע ערשטע אַרטיקלען פֿאַרן "פֿאָרווערטס", מיט קנאַפּע 15 יאָר צוריק ("באַסקן עליך שפּאַניע!).

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איר קענט אַרײַנקוקן אינעם אָקאָרשט דערשינענעם נומער פֿון בערל (דובֿ־בער) קערלערס "ירושלימער אַלמאַנאַך" (נ׳ 28, תשס״ח — 2008), זאָלט איר וויסן אַז ס׳דערוואַרט אײַך דאָרט אַ באַזונדערער נחת־רוח. דער נומער איז גרויס (430זז׳, ממש די גרייס פֿון אַ גאַנץ בוך!), רײַך (45 באַטייליקטע!), שיין און אַ דערקוויקעניש פֿאַרן אויג, פֿאַרן מוח און פֿאַר דער נשמה! אויפֿן "אַלמאַנאַך" און אויף זײַן רעדאַקטאָר דאַרף מען בפֿירוש מאַכן די ברכה "שכּן־ירבו!" די נשמות פֿון יוסף און אַניע קערלער ע״ה,

פּאָליטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אָנגייענדיקער פֿינאַנציעלער קריזיס וואָלט אונדז געמעגט דערפֿירן צו פֿאַרשיידענע שאלות וואָס מיר אַלע (אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַלן מכּלערליי מינים) האָבן זיך שוין פֿון לאַנג געווען געדאַרפֿט פֿרעגן: וואָס וועט אייגנטלעך זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע וואָס שטיצט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דויערנדיקן כּוח און וווילזײַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון מערבֿ־אייראָפּע?