User loginSearch |
די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע. די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע. פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה. לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל. אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מענטשן איז פּונקט ווי אַ קאָנטאַקט צווישן צוויי כעמישע שטאָפֿן: ווען זיי רעאַגירן איינער מיטן צווייטן, ווערן זיי ביידע טראַנספֿאָרמירט. קאַרל גוסטאַוו יונג
אין דעם יום־טובֿ סוכּות הייבן זיך אָן די שׂמחה־טעג פֿון דעם חודש תּשרי, נאָך דער ערנסטער און פֿאָרכטיקער צײַט פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אונטערשייד אינעם געמיט צווישן די צוויי ימים־טובֿים אין תּשרי, איז דאָ צווישן זיי אַ טיפֿע שײַכותדיקייט: דאָס וואָס איז פֿאַראַן און ווערט אויפֿגעטאָן אין ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין דער גײַסט־וועלט, ווערט אויפֿגעטאָן אויך אין סוכּות. דער אונטערשייד איז, וואָס אין די ימים־נוראים איז עס פֿאַרדעקט, באַהאַלטן (ווי מ׳געפֿינט אין פּסוק, אַז ראָש־השנה ווערט אָנגערופֿן "בכּסה", אין פֿאַרדעקונג — "תּקעו בחודש שופֿר בכּסה וגו׳") — און וואָס ווערט אויפֿגעקלערט אין תּורת החסידות, אַז די מידה פֿון יראה, מורא און פֿאָרכט ווירקט ווי אַ באַשרענקונג, פֿאַרדעקונג — דאַקעגן אין סוכּות, דער יום־טובֿ פֿון שׂמחה, איז עס אין אַן אַנטפּלעקטן, אָפֿענעם אופֿן; ווי באַוווּסט, אַז דאָס געפֿיל פֿון פֿרייד ברענגט אַרויס דאָס וואָס מ׳רופֿט "התפּשטות", צעשפּרייטקייט און אַנטפּלעקונג. לית־מאן־דפּליג, אַז די צוקונפֿט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע וועט געשאַפֿן ווערן אין אינדיע און אין כינע. ביידע מדינות זענען די היימען פֿון אַלט־אַלטע קולטורן (אַן ערך צוויי מאָל די עלטער פֿון דער אַלט־העברעיִשער) און מיט זייער קלאַסישער ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, רעליגיעזע מיטאָסן, קונסט און מוזיק קוויקט זיך די מערבֿ־וועלט די גאַנצע 200־300 יאָר זינט מיר זענען דערגאַנגען צו זיי.
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט דער קאָנגרעס אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט צו גרינדן אַ ספּעציעלע מיליטערישע געריכט־סיסטעם צו מישפּטן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן. הגם די באַשולדיקטע וועלן דורך דעם נײַעם געריכט קריגן מער לעגאַלע רעכט ווי זיי האָבן געהאַט אונטער דער ביז־איצטיקער סיסטעם פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, וועלן זיי נישט קריגן אַלע רעכט, וואָס עס באַקומען די אַרעסטאַנטן אין אַ ציווילן אָדער מיליטערישן געריכט; ווי, למשל, דאָס רעכט פֿון "האַבעאַס קאָרפּוס" (דאָס הייסט, אָנגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט וועגן זייער אַרעסט). היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט. |
|


















קהילה־לעבן