User loginSearch |
פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן... נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן.
לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ.
אין יוני האָט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אָנגעהויבן האָט ער זיך מיט דער פֿאָרשטעלונג, "די לעצטע תּפֿילה", וואָס גייט שוין 20 יאָר אויף דער בינע פֿונעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער, אַן אינסצעניזאַציע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן דראַמאַטורג גריגאָרי גאָרין. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָבן שוין אין דער פֿאָרשטעלונג געשפּילט עטלעכע דורות אַקטיאָרן, און זי גייט נאָך אַלץ אָן מיט דערפֿאָלג.
מאָלדאָווע, צוליב אירע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטיקער, איז ווידער אַרויף אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער וועלט־פּרעסע. ווי כ‘האָב לעצטנס געשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען צו די פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, צוגעלאָזט געוואָרן פֿיר פּאַרטייען: צוויי ליבעראַלע, די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע" און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. דעם 5טן אַפּריל וועלן אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט ווערן די פּאַרלאַמענט־וואַלן. די איצטיקע וואַל־קאַמפּיין גייט דורך אין אַ באַזונדער שווערער צײַט, צוליב דעם וועלט־קריזיס בכלל, און דעם קריטישן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד בפֿרט. דערווײַל האָט דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿאַרטשעפּעט מאָלדאָווע נאָר מיט איין פֿליגל — ס‘איז געפֿאַלן דאָס בויען נײַע הײַזער, וואָס האָט לעצטנס זיך גוט אַנטוויקלט; צוליב דעם, וואָס פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס פֿון מערבֿ־אייראָפּע און רוסלאַנד,
אין יאָר 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, גראַדואַנטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע — יוסף אַחרון, מיכאל גנעסין, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי, משה מילנער און אַנדערע, וואָס אַלע האָט זיי פֿאַראייניקט דער גרויסער אינטערעס צו דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, געגרינדעט אין פּעטערבורג "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען צו זאַמלען, פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ליד, חזנות און צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי עס אויסנוצן אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן.
דער לעבנס־שטייגער אין די קליינע ייִדישע קהילות האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע יאָרן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענעם לוח, וווּ מע קאָן געפֿינען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע יום־טובֿים און סײַ די דאַטעס און חגאות, וואָס אונדזער טאָג־טעגלעכקייט האָט זיי אײַנגעפֿירט. אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויך הײַיאָר אין סעפּטעמבער־חודש, וווּ די צענטראַלע אונטערנעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע אינעם דובאָסאַרער "באַבי יאַר".
אין פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" האָב איך דערציילט וועגן דער עפֿענונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 100־יאָריקן יוביליי, לכּבֿוד דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ. אין מײַן איצטיקן אַרטיקל וועל איך זיך באַמיִען צו דערציילן וועגן דער טעגלעכער אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ, אַקאַדעמישע און קולטורעלע פּראָגראַמען, וועלכע זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין משך פֿון דער וואָך.
ווי באַוווּסט, מיט 100 יאָר צוריק, איז אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון בוקאָווינע, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ. זי איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 30סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער און די דערעפֿענונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם שטאָטישן "מוזיק־פֿאַראיין". אין "פֿאָרווערטס", וואָס האָט באַגריסט די קאָנפֿערענץ און זי געשטיצט, האָט "געדעקט" די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ איר קאָרעספּאָנדענט בן־ציון האָפֿמאַן (פּסעוודאָנים — צבֿיון);
דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטורעלע אונטערנעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנצערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי. דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנגעזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940).
(אַ באַגעגעניש מיטן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג) דער נאָמען פֿונעם עסטרײַכישן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג איז גוט באַקאַנט די מוזיק־ליבהאָבער אין מאָלדאָווע. הגם ער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס, איז ער, נאָך אַ קינד, אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן קיין קעשענעוו, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גרויסער וועג אין קונסט. די ערשטע מוזיק־לערערין זײַנע איז געווען די מאַמע, אַדע מײַזענבערג. אַליין אַ טאַלאַנטירטע פֿרוי, האָט זי זיך געלערנט מוזיק, אָבער צוליב משפּחה־סיבות, פֿאַרענדיקט דעם אָדעסער טעלעגראַפֿן־אינסטיטוט און געאַרבעט, ווי אַן אינזשענירין, אין קעשענעוו.
צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט. |
|
























קהילה־לעבן