» 20061013
האָבן מיר שוין, הייסט עס, אַ נײַע סדרה, אַ נײַע נוקלעאַרע "זייף־אָפּערע", וווּ דער הויפּט־העלד איז דער קליינער מאָנסטער פֿון צפֿון־קאָרעע, קים טשען איר.
אייגנטלעך, איז די קאָרעיִשע "נוקלעאַרע סדרה" גאָר נישט קיין חידוש אין די לעצטע עטלעכע יאָר. ביז אַהער האָט זי אָבער מער דערמאָנט אַ פּילפּול, אַ פֿאַרפּלאָנטערטן סיכסוך, וווּ ביידע צדדים האָבן געפֿאָדערט זייערס, און איינער דעם אַנדערן נישט געהערט. הײַנט, נאָך דעם ווי צפֿון־קאָרעע האָט אויסגעפּרוּווט איר נוקלעאַרן געווער, איז דער פּילפּול פֿון אַ טעאָרעטישן סיכסוך זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּראַקטישן ענין, מיט אַלע מעגלעכע פֿאָלגן וואָס עס קאָן שאַפֿן די סיטואַציע, ווען אין די הענט פֿון אַ טיראַנישן דיקטאַטאָר פֿאַלט אַרײַן אַזאַ שרעקלעכער וואָפֿן.
(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)
4. אין ישׂראלדיקן "מוסד"
גלײַך נאָכן באַשלוס אין דער "יו־ען" צו גרינדן אַ ייִדישע מדינה, האָב איך פֿאַרלאָזט זאַלצבורג און אָנגעקומען קיין מינכן — נאָכדעם ווי איך האָב חתונה געהאַט מיט פֿרידע שמולאָוויטש; פֿון דאָרט — אין פּליטים־לאַגער בערגען־בעלזען. מײַן ברודער האָב איך מיט אַ יאָר פֿריִער אָפּגעשיקט קיין ארץ־ישׂראל מיט "עליית הנוער", די יוגנט עליה.
נאָך אַ פּאָר חדשים אין בערגען־בעלזען בין איך אָפּגעפֿאָרן — מיט מײַן פֿרוי און איר מוטער, ליבע שמולאָוויטש — פֿון בערגען־בעלזען קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרט מיט דער רומענישער שיף "טראַנסילוואַניאַ" — קיין ארץ־ישׂראל. מיר זענען געפֿאָרן אויף דאָקומענטן פֿון אַנדערע פּערזאָנען:
די לעצטע װאָך זענען פֿאָרגעקומען װאַלן אין בראַזיל פֿאַר פּרעזידענט, גובערנאַטאָרן, בירגערמײַסטערן, סענאַטאָרן און דעפּוטאַטן. דער איצטיקער פּרעזידענט, לויִז אינאַסיאָ לולאַ דאַ סילװאַ, פֿון דער לינקער אַרבעטער־פּאַרטײ, שטרענגט זיך אָן צו בלײַבן נאָך אויף 4 יאָר בײַ דער מאַכט. אַזױ װי עס איז אים נישט געלונגען צו האָבן די מערהײט, דאָס הײסט, 51% פֿון די שטימען אױסגעװײלט צו װערן שױן אױף דער ערשטער רונדע פֿון די װאַלן, װעט עס קומען צו אַ צװײטער רונדע, װען עס װעלן זיך טרעפֿן די בײדע קאַנדידאַטן מיט דער מערהײט פֿון אַלע שטימען.
ה. לײװיק איז געװען סײַ אַ גרױסער דיכטער, סײַ אַ באַדײַטנדיקער און אָריגינעלער דראַמאַטורג. אין דער װעלט־ליטעראַטור זענען געװען אַזעלכע שרײַבער, װעלכע האָבן זיך אױסגעצײכנט פּאַראַלעל אױפֿן געביט פֿון פּאָעזיע און דראַמאַטורגיע: װיליאַם שעקספּיר, װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקי, פֿעדעריקאָ גאַרסיאָ לאָרקאַ. פֿאַראַן אױך אַזעלכע דראַמאַטורגן, װאָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט בלױז מיט שרײַבן דראַמאַטורגישע װערק. לײװיק האָט זיך אױסגעצײכנט אױף בײדע געביטן — פּאָעזיע און ליטעראַרישע דראַמאַטורגיע.
דער פּנימיותדיקער ענין און תּוך פֿון דעם יום־טובֿ סוכּות איז, כּידוע, די "צעמענטירונג", פֿאַרפֿעסטיקונג פֿון דער אַחדות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס קומט צום אויסדרוק אין די הויפּט־מצוות פֿון דעם יום־טובֿ — די מצוה פֿון זיצן אין סוכּה און די מצוה פֿון די "פֿיר מינים", פֿון "בענטשן אתרוג".
וועגן דער מצוה פֿון סוכּה זאָגן די חז״ל, אַז די סוכּה דאַרף, צילט און וועט סוף־כּל־סוף פֿאַראייניקן אין זיך אַלע ייִדן ("ראויים כּל ישׂראל לישבֿ בסוכּה אחת" — אַלע ייִדן צוזאַמען זײַנען ראוי צו זיצן אין איין סוכּה). און די צווייטע הויפּט־מצוה פֿון סוכּות — "נעמען די פֿיר מינים" — דריקט אויס נאָך שטאַרקער די אייניקייט פֿון ייִדן.
אין איר נײַ בוך אויף ענגליש "I Was a Child of Holocaust Survivors" [איך בין געווען אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה] גיט איבער די קינסטלערין און שרײַבערין, בערניס אײַזנשטיין, אַ בילד פֿון אירע קינדער־יאָרן סײַ דורך זכרונות, סײַ דורך איר קונסט. אירע צייכענונגען קען מען אָנרופֿן אינטראָספּעקטיווע קאַריקאַטורן; איין בילד, למשל, פֿון איר מומע דזשעני, אַ ייִדישע זינגערין, ווײַזט ווי זי שטייט ווי אַ ריז אויפֿן דאַך פֿון אַ טעאַטער מיט אַ פֿידלער בײַ דער זײַט (ז׳ 138). אויפֿגעוואַקסן אויף דער טאָראָנטער ייִדישער גאַס אין די 50ער יאָרן, האָט אויף איר און אויף אַלע משפּחה־באַציִונגען און אַקטיוויטעטן געוואָרפֿן זײַן שאָטן דער חורבן. דאָס בוך איז נישט קיין משפּחה־כראָניק, נאָר אַ באַטראַכטונג פֿון אײַזנשטיינס באַציִונג מיט אירע טאַטע־מאַמע, און ווי זייער טרויעריקער עבֿר האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין איר לעבן.
אײנע פֿון די קלאָרע טענדענצן פֿונעם איצטיקן פּאָליטישן האַרבסט אין מערבֿ־אײראָפּע איז די װאַקסנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון די עקסטרעם־רעכטע און נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטײען. אַ בולטער סימן פֿון אַזאַ װוּקס איז דער דערפֿאָלג פֿון דער פֿלעמישער פּאַרטײ "װלאַאַמס בעלאַנג" (פֿלאַנדרישער אינטערעס) אין צפֿון־בעלגיע, בעת די װאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק. אין עטלעכע שטעט איז זי געקומען די ערשטע. דאָס שפּיגלט אָפּ ניט בלויז די פּאָלאַריזירונג אין דער בעלגישער געזעלשאַפֿט, נאָר אויך אַן אַלגעמײנע מערבֿ־אײראָפּעיִשע טענדענץ, האַלטן אײניקע אַנאַליטיקער.
געוויינטלעך, איז דער אויגוסט אין אונדזערע מקומות אַ שטילער חודש; מענטשן פֿאָרן אַרויס אויף וואַקאַציעס, און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן שטילט אײַן ביז ראָש־השנה. אָבער הײַיאָר, האָבן די געשעענישן אין דער וועלט און בײַ אונדז גופֿא זיך אַנטוויקלט אַזוי אינטענסיוו, אַז, נישט געקוקט אויף די גרויסע היצן סוף אויגוסט, אָנהייב סעפּטעמבער, האָט דער ייִדישער עולם זיך צונויפֿגענומען כּמעט יעדע וואָך אויף פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען — סײַ טרויעריקע און סײ פֿריילעכע.
די רעזיגנאַציע פֿונעם רעפּובליקאַנער פֿלאָרידער קאָנגרעסמאַן מאַרק פֿאָולי, צוליב זײַנע סעקסועל־אָנגעלאָדענע בליצבריוולעך צו עטלעכע שיק־ייִנגלעך אינעם "רעפּרעזענטאַנטן־הויז", האָט גורם געווען אַן איבערקערעניש אינעם רעפּובליקאַנער־דאָמינירטן "הויז", בפֿרט אין אָט די לעצטע וואָכן פֿאַר די וואַלן.
מיר ברענגען הײַנט יום־טובֿדיקע לידער לכּבֿוד סוכּות, הושענא־רבה און שׂמחת־תּורה, אין וועלכע אונדזערע פּאָעטן באַזינגען דעם שטאָלץ פֿון דער אָרעמער סוכּה, אַ גלייבונג וועגן הושענא־רבה און די פֿרייד פֿון שׂמחת־תּרוה. ייִדן בכל־תּפֿוצות וועלן אָפּהיטן און נאָכפֿאָלגן די אַלטע טראַדיציעס פֿון אונדזער פֿאָלק צום נײַעם יאָר. זאָלן אַלע זיך ווינטשן אַ גוטן קוויטל, זאָל מען זינגען און זיך פֿרייען מיט דעם וווּנדער פֿון דער תּורה.
|