User loginSearch |
דעם 29סטן אָקטאָבער 1933, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן צו דרוקן אַ נײַע סעריע אין דער זונטיקדיקער אויסגאַבע, געשריבן פֿון דער גראַפֿיניע אַלעקסאַנדראַ טאָלסטוי (1884 — 1979), די ייִנגסטע טאָכטער פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער גראַף לעוו טאָלסטוי. מענדל אָשעראָוויטש, דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטיקדיקער אויסגאַבע האָט איבערגעזעצט אירע אַרטיקלען פֿון רוסיש אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" זיך באַקענט מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון לעוו טאָלסטויס משפּחה.
נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס".
לעאָ פֿריד איז געבוירן געוואָרן אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. ער האָט זיך דאָרט געלערנט אין דער תּלמוד־תּורה אויף דער ראָדני־גאַס, וואָס דער שׂכר־לימוד האָט דעמאָלט באַטרעפֿט 25 סענט אַ וואָך. זײַן טאַטע האָט געלייענט דעם "טאָג־מאָרגן־זשורנאַל", זײַן מומע — די "פֿרײַהייט" — אַ טיפּישע ייִדישע משפּחה פֿון ברוקלין. אָבער דאָס פֿרידלעכע משפּחה־לעבן האָט זיך איבערגעריסן אין נאָוועמבער, 1942, ווען מע האָט לעאָ גענומען אין מיליטער.
ווען דזשעק זײַדענבערג האָט דעם חודש באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־אויסשטעלונג אינעם "מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק", האָט ער נישט געוווּסט, אַז עס וואַרט דאָרט אויף אים אַ סורפּריז: אויפֿן בילד פֿון די באַרימטע ייִדישע אַטלעטן איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ער האָט דערקענט פֿון זײַן משפּחה־אַלבאָם. אַ בילד פֿון זײַן ברודער, האַראָלד זײַדענבערג, אַן אַמאָליקער שפּילער פֿאַר דער אַמעריקאַנער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָט מען געדרוקט אין אונדזער קונסט־בײַלאַגע אין 1952.
יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות.
אין טאָראָנטאָ שטייען זעקס שילן, געגרינדעט פֿון פֿאַרשידענע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. פּראָפֿעסאָר ראָבערט בערלי, אַ באַקאַנטער לאַנדשאַפֿט־פֿאָטאָגראַף האָט אַראָפּגענומען אַ סעריע בילדער און האָט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערציילט, פֿאַר וואָס די טעמע פֿאַרכאַפּט אים אַזוי.
|
|























קהילה־לעבן