User loginSearch |
לייענענדיק, אַז דער אַמאָליקער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער מאַכט אַ לוסטרײַזע איבערן מיטעלן מיזרח און געפֿינט זיך איצט אין סיריע, וווּ ער פֿאַרהאַנדלט מיט די כאַמאַסניקעס וועגן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער, איז מיר געקומען אויפֿן זינען צו פֿירן מיט אים אַ קאָרעספּאָנדענץ, נעמלעך, שרײַבן אים אַ בריוועלע. הײַנט אַז קאַרטער איז שוין כּמעט אין תּרחס יאָרן, זיצט אויפֿן זאָטל און איז אַ קאַפּיטשקע עובֿר־בטל, דאַרף מען מיט אים פֿאַרהאַנדלען ער זאָל אויפֿהערן מיט אונדז האַנדלען. איך האָב די טעג באַקומען אַ קאַלענדאַר אין קאָלומביע, וווּ ס'איז געשטאַנען געשריבן אַז מיטוואָך, דעם זעכצנטן אַפּריל, פּונקט אַכט אַ זייגער אין אָוונט, וועלן אין "דויטשעס הויז" האַלטן רעפֿעראַטן צוויי אָנגעזעענע אַקאַדעמישע וויסנשאַפֿטלער און גרויסע מומחים אויפֿן געביט — טשערנאָוויץ. דער פֿאָרטראָג איז געגאַנגען אונטערן רובריק: "דער אויפֿלעב פֿון טשערנאָוויץ אין ייִדישן זכר און געשיכטע". ביידע לעקטאָרן, דאַכט זיך מאַן און ווײַב, וואָס לויט מײַן אָבסערוואַציע האָבן ביידע געטראָגן די זעלבע שיך, ווייך־לעדערנע קאַמאַשן, מסתּמא געקויפֿט אין טשערנאָוויץ. זי האָט געהייסן מאַריאַן הירש און ער, לעאָ שפּיצער, ביידע פּראָפֿעסאָרן. איך דערמאָן זיך וואָס מײַן טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן אָרעמקייט אין דער באַלוטער געגנט אין לאָדזש. דאָס זײַנען געווען די דרײַסיקער יאָרן, אַ רעזולטאַט פֿון דער מפּלה אויף “וואָל־סטריט," אין אַמעריקע, ווען די בענק האָבן באַנקראָטירט און די בערזע אין ניו־יאָרק האָט אויסגעצויגן די קאָפּעטעס. די וועלט איז דעמאָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַניק. מענטשן וואָס האָבן אָנגעוווירן מאַיאָנטקעס האָבן זיך גענומען שלײַדערן פֿון די פֿענצטער, נישט געקענט נאָך יאָרן פֿון שוווילטאָג אָנהייבן פֿון אויף ס’נײַ.
“דזשעקי מייסאָן — דער ענדגילטיקער ייִד." (Jackie Mason — The ultimate Jew) אַזוי הייסט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג זײַנע, וווּ דער קאָמיקער פּראַוועט לצנות מיט דער לעצטער פּאָליטישער לאַגע אין לאַנד, מיט זײַנע פֿאַראורטיילן און אָנפֿאַלן, וווּ ער לאָזט אויס זײַן ביטער האַרץ אויף אַלע ייִדישע שׂונאים. דזשעקי, וועלכער איז שוין קיין עין־הרע אין זײַנע אַריכות־ימים, איז נישט קיין פּנים־חדשות פֿאַרן טעאַטער־גייער. ער נעמט אין דער אַרבעט אַרײַן ייִדן און גויים, דעם געוועזענעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק — עליאָט שפּיצער, וועלכער האָט מיאוס אָפּגעשניטן און געלייגט דעם קאָפּ. שוין אָפּגערעדט פֿונעם נײַעם גובערנאַטאָר — דייוויד פּאַטערסאָנען, מיט זײַן מתוודה זײַן זיך פֿאַר כּל עם ועדה, באַלד בײַם איבערנעמען די גובערנאַטאָרסטווע, היות ער אַליין איז אויך אַ ווײַבערניק, אַ רודף־יופּעס, אַז ער איז טרייף ווי אַ חזיר־פֿיסל.
ערשט די טעג איז אַוועק פֿון דער וועלט בינה ווײַנרײַך, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן ייִדישן לינגוויסט — אוריאל ווײַנרײַך, די שנור פֿון ד"ר מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך, און די שוועגערין פֿון גאַבי ווײַנרײַך. פֿאַר מיר ליגט אַ בילד פֿון פֿינף יונגע חבֿרה־לײַט. דאָס בילד באַשײַנט די שוואַרץ־חנעוודיקע ברונעטקע — בינה סילווערמאַן, ווען זי האָט נאָך געהייסן אויף איר מיידלשן נאָמען. וועגן בינהן ווייס איך ווייניק, בלויז דאָס וואָס זי אַליין האָט מיר דערציילט, און די עפּיזאָדן וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט בעת אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. פֿאַר מיר איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט אויסצוגעפֿינען ווער זײַנען זיי, די סטודענטן וואָס לערנען ייִדיש אין אַמעריקע? איך ווייס, אַז זיי טיילן זיך אין פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס. צווישן זיי טיילט זיי די עלטער, די אָפּשטאַמונג; צווישן זיי — פֿרומע און פֿרײַע. פֿאַראַן צווישן זיי אידעאָלאָגישע אונטערשיידן, און פּראַקטישע אויסוואַלן.
(אײַנדרוקן — פֿון בנימינה אייברעמס) ערשט די וואָך איז צו מיר דערגאַנגען אַ ידיעה אַז דער קאַמפּוס אין קאָלומביע רודערט זיך צווישן די ייִדישע סטודענטן. וואָס איז די מעשׂה? איז די געשיכטע אַזאַ. אַ סך פֿון זיי — אָדער זיי גרייטן זיך צו גיין אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'איז שוין געווען אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'דערציילט די נסים־ונפֿלאָות פֿונעם טשאָלנט־קלוב. מאַכט זיך אַ געלעגנהייט, און איינע פֿון מײַנע ערנסטע סטודענטקעס האָט עס באַשריבן. בנימינה אייברעמס לערנט זיך בײַ מיר ערשט דאָס ערשטע יאָר. ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:
מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל. אַמאָליקע צײַטן, ווען מען האָט געוואָלט וויסן ווי אַלט אַ מענטש איז, דער עיקר אַ ייִדענע, האָט מען זי אַ פֿרעג געטאָן: "ליבע פֿרוי, ווען זײַט איר געבוירן געוואָרן?" און דער ענטפֿער פֿלעגט זײַן גאָר אַ פּשוטער: "אוי מײַן קינד, איך בין געבוירן געוואָרן, ווען ס'איז בײַ אונדז אין שטעטל אויסגעבראָכן די ערשטע שׂרפֿה. ווי קום איך צו געדענקען די ערשטע שׂרפֿה, נעבעך. מיינט איר דאָך אַוודאי, אַז איך בין בלויז פֿאַרליבט אין לאָדזשער לשון. אַ נעכטיקע וועטשערע. איך גיי אויס נאָך יעדן דיאַלעקט אין לשון־ייִדיש, מעג עס זײַן ליטוויש, אָדער פּראָווינציעל־ליטוואַקיש. ווי מײַן חבֿרטע זאָגט: "איך האָב זשאַמשענע (זאַמשענע) שטעקשיך", אָדער קליין־שטעטלדיק־רומעניש (נישט ליטעראַריש) אָדער פֿאַרצויגן ווי אין וואַרשע, צי טשעכאַנאָווצער אויסדרוקן ווי קיטשע (טיפֿע עפֿענונג אונטערן קוימען צו האַלטן טעפּ). |
|
















קהילה־לעבן