User login |
אין די הײַנטיקע שטורעמדיקע טעג, ווען די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט דערגרייכט איר נידעריקסטע שטופֿע אין די לעצטע אַריבער דרײַסיק יאָר, און טייל מומחים אין די פֿראַגעס הייבן אָן דעם דערדריקנדיקן צושטאַנד צו פֿאַרגלײַכן מיט דער ווירטשאַפֿטלעכער דעפּרעסיע פֿון די אָנהייב 1930ער יאָרן, איז נישט קיין וווּנדער וואָס מען איז מער אַרײַנגעטאָן אין די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע דעבאַטעס פֿון אונדזערע פֿירער אין וואַשינגטאָן — אַזוי אינעם סענאַט ווי אין רעפּרעזענטאַנטן־הויז — וועגן די לויפֿנדיקע ווירטשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען.
מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟. |
Search |





















קהילה־לעבן