װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ געװען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט געװען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.