User loginSearch |
אין אָנהייב פֿון דער פּרשה "בהר" ווערט דערקלערט די מיצווה פֿון שמיטה: יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד. די קומענדיקע שמיטה הייבט זיך אָן שפּעטער מיט פֿינף חדשים, אינעם יאָר ה׳ תּשס״ח. דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די אומבאַאַרבעטע פֿעלדער במשך פֿונעם שמיטה-יאָר, טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן; אַלע אומבאַצוימטע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַחוץ דעם, ווערן בעת דער שמיטה בטל אַלע חובֿות — הגם, כּדי די קרעדיטאָרן זאָלן נישט מורא האָבן צו אַנטלײַען געלט, האָבן די חז״ל אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלן קאָנטראַקט, "פּרוזבול", וואָס דערמעגלעכט זיי צו פֿאָדערן דעם חובֿ נאָכן שמיטה-יאָר.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די צוויי זין פֿון אהרן־הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע זענען אומגעקומען צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן. ווען נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערזען, ווי אַ פֿײַער פֿון הימל איז אַראָפּ און "אויפֿגעגעסן" די קרבנות, האָבן זיי באַשלאָסן צו ברענגען אינעם משכּן אַן אייגענעם קטורת (ווײַרעך); דאָס פֿײַער איז ווידער אַראָפּ פֿון הימל, אָבער דאָס מאָל זענען זיי אַליין פֿאַרברענט געוואָרן. פֿון דער הײַנטיקער וואָך אָן וועט די רובריק אַרום דער וואָכן־פּרשה און די יום־טובֿים געפֿירט ווערן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט מ. אַלקין. "מה נשתּנה?" — מיט וואָס וועט דער נײַער פּרשה־אָפּטייל זיך אונטערשיידן פֿונעם פֿריִערדיקן קאָלום, "תּורה־געדאַנק", געפֿירט פֿון ה. מאַניעווסקי? דער נײַער אָפּטייל, וואָס וועט הייסן "פֿונעם אייביקן קוואַל", וועט באַקענען די לייענער מיט מער פֿילאָסאָפֿישע, פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די נײַע רובריק "פֿונעם אייביקן קוואַל" האָט בדעה צוצוציִען אַ ייִנגערן לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון ייִדישער טראַדיציע און רעליגיע. |
|














קהילה־לעבן