User loginSearch |
זומער־לעב! דער ייִדישער אויסדרוק צו באַשרײַבן די פֿאַרווײַלונגען זומערצײַט קומט אָפֿט אויפֿן געדאַנק בײַם אָנקוקן די נײַע אויסשטעלונג — "דאָס אַנדערע צוגעזאָגטע לאַנד: וואַקאַציע, אידענטיטעט און דער ייִדישער־אַמעריקאַנער חלום" בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַ נאָסטאַלגישן קוק אויף דער טעמע — ייִדן און זייערע וואַקאַציעס אין אַמעריקע פֿון 1890 ביז הײַנט.
מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟.
אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל. פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו.
מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן.
אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור; |
|



















קהילה־לעבן