טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ
די אויסנעמלעכע מיטאַרבעט צווישן דעם יאַפּאַנישן טעאַטער "מעטראָפּאָליטען", פֿון טאָקיאָ און דעם תּל־אָבֿיבֿער "קאַמרי" וועט ברענגען, ווי אַ רעזולטאַט, צו אַ קולטורעלן פּראָיעקט אין דרײַ שפּראַכן — העברעיִש, אַראַביש און יאַפּאַניש מיט דער באַטייליקונג פֿון די שוישפּילער פֿון ביידע מדינות.
די פֿאָרשטעלונג "די פֿרויען פֿון טראָיאַ", לויט דער באַוווּסטער אַנטי־מלחמה־טראַגעדיע, געשאַפֿן דורכן גריכישן טראַגיקער אייריפּידעס אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַטרעכענונג, וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אונטער דער רעזשי פֿון דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן רעזשיסאָר יוקיאָ נינאַגאַוואַ. איצט געפֿינט זיך נינאַגאַוואַ מיט זײַנע אַסיסטענטן אין ישׂראל, כּדי דורכצופֿירן טרעפֿונגען מיט די ישׂראל־שוישפּילער, אויסצוקלײַבן די יעניקע, וואָס וועלן אָנטייל־נעמען אין דער פֿאָרשטעלונג.
אויף דער אָקאָרשט פֿאָרגעקומענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער יאַפּאַנישער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל אונטערגעשטראָכן די גלענצנדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס הערשן צווישן ביידע מדינות זינט 1952. דאָס דריקט זיך אויך אויס אין דער גרייטקייט פֿון אויסערן־מיניסטעריום צו שטיצן דעם פּראָיעקט.
די מולטי־קולטורעלע ווערסיע פֿון "די פֿרויען פֿון טראָיאַ" וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן סוף יאָר אין יאַפּאַן און אין תּל־אָבֿיבֿ, און וועט באַצייכענען 60 יאָר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות.
עטלעכע ווערטער וועגן דער קינסטלערישער פּערזענלעכקייט פֿון יוקיאָ נינאַגאַוואַ גופֿא.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני"

"דער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל

די אָפּערע "דער אויפֿשטײַג און דער אַראָפּפֿאַל פֿון דער שטאָט מאַהאַגאָני" געהערט צו יענעם סאָרט שאַפֿונגען, וואָס פֿיל קולטור־געברויכער האָבן אַן אַנונג איבער דעם; זיי ווייסן מער־ווייניקער, וואָס דאָס איז אַזוינס, זיי האָבן געהערט וועגן דעם... אָבער נישט קיין סך פֿון זיי האָבן דאָס געזען. מיר אָבער, די אָפּערע־גייערס אין ישׂראל, האָבן מזל, מיר האָבן זי ווירקלעך געזען, מיר האָבן באַקומען די מעגלעכקייט זי אָפּצושאַצן אָן פֿאַרמיטלער, אין איר גאַנצן פֿאַרנעם; און דאָס אַ דאַנק דעם קולטורעל־קינסטלערישן אומרו וואָס כאַראַקטעריזירט חנה מוניצן, די דירעקטאָרין פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, ווי אויך די קינסטלערישע עצה־געבער אירע.
בערטאָלד ברעכט — טעקסט, קורט ווײַל — מוזיק, פֿאַראייניקן דאָ זייערע טאַלאַנטן אויף אויסצושטאַלטיקן אין איינעם אַ געמיינזאַמע שאַפֿונג; דאָס ערשטע מאָל וואָס אָט די צוויי אויסנעמלעכע קינסטלער האָבן עס געטאָן איז דאָס געווען אין 1928, מיט דער "אָפּערע פֿאַר דרײַ גראָשן"; זייער גרעסטער דערפֿאָלג, וואָס ווערט נאָך אַלץ וואַרעם אויפֿגענומען.

מוזיק
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
 נאַום כאָש

דאַכט זיך, ערשט נעכטן איז עס געווען: אויפֿן רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט פֿון יונגע מוזיקער, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטן און סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע און דער ספּעציעלער מוזיקאַלישער מיטלשול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט שפּילן דעם תּלמיד פֿון דער שול, דעם יונגן פֿידלער נאַום כאָש. מיט זײַן רײַפֿן טאַלאַנט, טעכניק און טיפֿער באַטראַכטקייט האָט ער זיך אויסגעטיילט צווישן די אַנדערע קאָנקורסאַנטן. דעמאָלט האָט כאָש געוווּנען דעם צווייטן פּריז, און זײַן אויפֿטריט איז באַמערקט געוואָרן אין די מוזיקאַלישע קרײַזן פֿון דער קרוינשטאָט.

געבוירן געוואָרן איז נאַום אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿון אַ בויער־אינזשעניר און לערערקע פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע. דעם נאָמען האָט ער געירשנט פֿון אַ קרובֿ, אים אויף לענגערע יאָר, אַ קרבן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903. זײַנע עלטערן, ווי אויך אַנדערע טאַטע־מאַמעס אין יענע יאָרן, האָבן געטרוימט, אַז זייער זון זאָל באַקומען אַ מוזיקאַלישע דערציִונג און האָבן אים אָפּגעגעבן אין דער מוזיק־שול ער זאָל זיך לערנען שפּילן פֿידל.

נאַום איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט; דער פֿידל־לערער עמנואל צינמאַן האָט געשמט מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג. ער האָט באַלד דערזען אינעם ייִנגעלע אַ באַזונדערע פֿעיִקייט צו מוזיק און שוין ווײַטער נישט געצווייפֿלט, אַז נאַומס לעבנס־וועג וועט זײַן פֿאַרבינדן מיט דער קאַריערע פֿון אַ מוזיקער.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן

רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן אין "אַרבעטער־רינג"

דער "אַרבעטער־רינג" האָט אָנגעהויבן לעצטנס די יערלעכע קולטור־טעטיקייט זײַנע. נאָענט צום אָנהייב איז געווען דער פֿאָרטראַג פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן; און ווען פּראָפֿ’ נאָווערשטערן גיט אַ לעקציע ווייסט מען אַפּריאָרי — איז זי אינטערעסאַנט, באַלערנדיק און אײַנדרוקספֿול. אויך דאָס מאָל איז דאָס נישט געווען אַנדערש. די טעמע האָט אַוודאי צוגעהאָלפֿן: "חיים גראַדע — דער שרײַבער פֿון צעריסנקייט און גאַנצקייט".

הײַנט צו טאָג, ווען אַלץ ווערט געמאָסטן דורכן "רייטינג" קען מען בפֿירוש זאָגן, אַז גראַדע איז נישט קיין פּאָפּולערער שרײַבער. ער איז אַ גוטער שרײַבער, איינער פֿון די בעסטע, אָבער ווען מ’דערמאָנט זײַן נאָמען אין אַ קרײַז, אַפֿילו פֿון איבערגעגעבענע ייִדיש־לייענער — אויב ס’זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, פֿרעגט מען גלײַך מיט דערשטוינונג: "ווער?" טאַקע דעריבער וויל איך דאָ דערציילן וועגן פּראָפֿעסאָר נאָווערשטערנס לעקציע, ווײַל קיין אַנדער געלעגנהייט ווייס איך נישט צי ס’וועט נאָך זײַן.

"געוויינטלעך, ווען מ’רעדט וועגן ייִדישע שרײַבער", באַצייכנט דער לעקטאָר, "קלינגט עס צום באַדויערן ווי פֿאַרעלטערטער מאַטעריאַל, אָבער ס’איז אַזוי געשען, אַז פֿאַראַיאָרן צי מיט צוויי יאָר צוריק איז די טעמע חיים גראַדע געוואָרן אַקטועל. אין דעם ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ איז דערשינען אַ קליינע נאָטיץ, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, וועלכע איז געווען 15 יאָר ייִנגער פֿאַר אים, איז געשטאָרבן און ס’איז געבליבן אַ שטוב פֿול מיט טויזנטער ביכער און אפֿשר אַנדערע וויכטיקע מאַטעריאַלן אויך; און אַזוי ווי חיים גראַדע האָט נישט געלאָזט קיין צוואָה, האָט מען נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט דעם. און מ’ווייס נאָך נישט ביז איצט וואָס צו טאָן דערמיט. דאָס איז, צום באַדויערן, דער גורל פֿון נישט איין ייִדישן שרײַבער.

ליטעראַטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט


מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין פֿון ס׳נײַ
ווען איך וועל ניט זײַן מער דערבײַ.

מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין בנס
מיטן ריח פֿון רויזן און בעז.

מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין פֿון ליד
און גיין פֿון געמיט צו געמיט
פֿאַנאַנדערגעבליט.


אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט

געווען אַ רירנדיקער פֿרימאָרגן אין "צוותּא" בײַ דער פּרעזענטאַציע פֿון "דבֿש־הצער", (פֿון טיטל אין ייִדיש "געטונקען אין האָניק־צער"), פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס בוך אין דער עמפֿינדלעכער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יהודה גור־אַריה.
דער איבערזעצער אַליין איז נישט געווען בײַ דער פּרעזענטאַציע, נאָר זײַנע ווערטער אויף העברעיִש האָט ער מיר איבערגעגעבן דורכן טעלעפֿאָן, מיט אַ בקשה וואָס מ׳קען נישט אָפּזאָגן, זיי איבערצוזעצן אויף ייִדיש:
"פֿון דעם גרויסן אויסווײַל פֿון שפּיגלבלאַטס לידער, וואָס כּמעט אַלע געפֿעלן מיר און זײַנען מיר צום האַרצן, האָב איך געדאַרפֿט אויסקלײַבן אַ קליינע צאָל צום איבערזעצן און ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז דאָס זײַנען לידער, וועלכע אויך איך, ווי אַ לייענער און אַ פּאָעט, האָב זיך אידענטיפֿיצירט מיט זיי כּאילו איך האָב זיי אָנגעשריבן.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג. אין צענטער — ענת וואַקסמאַן

נישט קיין קליינע מאָס געוואַגטקייט איז נייטיק, כּדי צו שאַפֿן אַ פּיעסע איבער דער ראַק־קראַנקייט (קאַנצער); און אויב שוין יאָ זיך אונטערנעמען צו שטעלן אויף דער בינע אַ פּיעסע אויף אַזאַ משונהדיקער טעמע, איז דאָס גראַדע אַ מיוזיקל מיט געזאַנג און טאַנץ־נומערן, אויסער דעם מינדלעכן טעקסט. און דאָס אַלץ אויף אַ מערקווערדיקער טעאַטראַלער פֿאָרעם מיט שפּאַנונג, חכמה און מענטשלעכקייט.

"סוף טובֿ" (אַ גוטער סוף), דאָס איז דער נאָמען פֿון דער שאַפֿונג, וועט זיכער זיך פֿאַרוואַנדלען אין משך פֿון אַ קורצער צײַט אין אַ היסטאָרישן דערפֿאָלג. דאָס קען מען שוין פֿאַרזיכערן איצט, בלויז צוויי טעג נאָך דער פּרעמיערע.

ווער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם דאָזיקן אויסטערלישן ספּעקטאַקל? אַ פֿרוי!, ווי דען? נישט קיין אַנדערע ווי די דראַמאַטורגין ענת גוב (אַנאַט גאָב), אַ געבוירענע אין ישׂראל, אין 1953, אַ פֿאַרהייראַטע, די מוטער פֿון דרײַ קינדער און די באָבע פֿון צוויי אייניקלעך.

זי האָט באַקומען שוין מער ווי איין מאָל די געלעגנהייט צו באַווײַזן איר טאַלאַנט ווי אַ טעאַטער־שאַפֿערין, אַממיינסטן אין "קאַמערי". איינע פֿון אירע פֿריסטע הצלחות איז געווען — "די בעסטע חבֿרטעס", אונטער דער רעזשי פֿון עדנה מאַזיאַ, וואָס פֿון דעמאָלט אָן שפּאַנען זיי כּמעט שטענדיק צוזאַמען, פֿון איין דערפֿאָלג צום אַנדערן; שפּעטער זײַנען געקומען אַנדערע דערפֿאָלגרײַכע ספּעקטאַקלען, צווישן זיי: "אוי אלוהים", און "אַ וואַרעמע משפּחה".

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נילי ראָגעל — וויאָלאַ־סעזאַריאָ און אַריאל וואָלף — פֿירשט אָרסינאָ

שעקספּיר (1564—1661) איז איצט בײַ אונדז דער אַמערסטן פֿאָרגעשטעלטער דראַמאַטורג. פֿאַר וואָס? אָן אַ באַזונדערער סיבה, סתּם אַזוי! אמת, בלויז זײַנע קאָמעדיעס: "אַ סך רעש איבער גאָרנישט" — אין באר־שבֿע; "די 12טע נאַכט" — אין "חאן"־טעאַטער, ירושלים; "ראָמעאָ און יוליאַ" אין "קאַמרי". אָט די לעצטע, כאָטש אַ טראַגעדיע, קאָן מען זי אויך אַרײַנרעכענען, ווי אַ באַזונדערער פֿאַל, ווי אַ קאָמעדיע; צוליב די אומוויליקע קאָמיש־לעכערלעכע אויסגליטשן, מיט וועלכע אָט די ווערסיע האָט זיך אויסגעצייכנט. אויסער דעם, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ גאַנץ בכּבֿודיקער זאַמלונג פֿון טעאַטער־ווערק, וואָס ס׳האָט אונדז איבערגעלאָזט, פֿאַר אַלע דורות, וויליאַם שעקספּיר — אויך באַקאַנט ווי דער "באַרד פֿון עיוואָן".

יאָרן־לאַנג האָבן די טעאַטערס, ווי אויך דאָס פּובליקום זיך געהאַלטן אַ ביסל אָפּגעטיילט פֿון שעקספּירן, וואָס במשך די יאָרהונדערטער איז פֿאַרבליבן ווי "אַ האַרט ניסל". דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן רעספּעקט מיט אַ געמיש פֿון מורא, טאָמער וועט מען, חלילה, נישט פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר. נאָר די יעניקע וואָס האָבן זיך דאָך יאָ דערנענטערט צו אים, האָבן קיין חרטה נישט געהאַט; פֿאַרקערט, דאָס וואָס זיי האָבן געווינען, האָט זיי באַרײַכערט מיט אַ וועלט־וויסן, קולטור און שיינקייט.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן"

אַן עמאָציאָנעל־געלונגענעם אימאַזש פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער טעאַטער־וועלט שטעלט מיט זיך פֿאָר דער ספּעקטאַקל, וואָס פֿירט איצט אויף דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ. און טאַקע ווער נאָך איז הײַנט צו טאָג גערופֿן אָפּצוגעבן דעם געהעריקן כּבֿוד יענע ייִדישע קינסטלער וואָס האָבן אַמאָל געהערשט אויף דער בינע און זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק? האָט "ייִדישפּיל" זיך בפֿירוש אונטערגענומען אויפֿצופֿירן דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן" אין גײַסט און אין די פֿוסטריט פֿון יענע אומפֿאַרגעסלעכע קינסטלער אין ניו־יאָרק, די בעסטע פֿאָרשטייער פֿון לײַכטן פֿאַרווײַלנדיקן טעאַטער.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רעקלאַמע פֿון דער בונדיסטישער "פֿאָלקס־צײַטונג"

אפֿשר ווייסט איר וואָס איז עס דער מאָדנער אַנאָנס אויף ייִדיש און אויף העברעיִש דערשינען לעצטנס אין דער העברעיִשער פּרעסע? האָבן מענטשן זיך געפֿרעגט, קוקנדיק אויף דעם קאַרטל מיט דער אילוסטראַציע וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ייִדישן אַרבעטער האַלטנדיק אין דער הייך אַ רעקלאַמע מיטן אויפֿשריפֿט: "אַרבעטער — דײַן צײַטונג איז די פֿאָלקס־צײַטונג".

ווי ס׳איז שפּעטער קלאָר געוואָרן, האָט דער דאָזיקער עפֿעקטיווער אַנאָנס, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם לייענער, זיך אינספּירירט אין דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער בונדיסטישער טאָגצײַטונג אין פּוילן, אילוסטרירט דורך הערשל צינאָ, אין וואַרשע, 1936. אויפֿגעהיט אין "בונד"־אַרכיוו אין ניו־יאָרק, האָט די דערמאָנטע רעקלאַמע איצט געדינט ווי אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין דער פֿײַערונג אין תּל־אָבֿיבֿ לכּבֿוד דעם 7טן נומער פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט אויף העברעיִש "דווקא". דער דאָזיקער "דווקא"־נומער, שטייט בפֿירוש, איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון מאַרק עדעלמאַן, (ניפֿטר געוואָרן אין אָקטאָבער 2009), איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ערשטער פּרײַז פֿון דער סעריע "דאָס בילד פֿון יאָר" פֿון דניאל באַראָן, אַראָפּגענומען בײַ דער טערקישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ

ווער עס זאָגט, אַז בײַ אונדז אין ישׂראל קומט ווייניק וואָס פֿאָר אין געביט פֿון קונסט, ווייסט נישט וואָס ער רעדט. ווען מיר וואָלטן עס ענערגיש אָפּגעלייקנט און געזאָגט אַז ס׳איז נישט אַזוי, נאָר דווקא פֿאַרקערט, וואָלט מען אונדז אויך געגלייבט, מיר האָבן אָבער דאָ אונטער דער האַנט אַ מער באַגלייבטן עדות וואָס רעדט פֿון זיך אַליין — דאָס בילד, ווי דאָס קומט צום אויסדרוק דורך דער אויסשטעלונג וואָס איז דערעפֿנט געוואָרן אין ארץ־ישׂראל־מוזיי, אין תּל־אָבֿיבֿ מיטן נאָמען "נאָענטע עדות".

גלײַכצײַטיק קומט אויך פֿאָר, שוין צום נײַנטן מאָל, די אויסשטעלונג "בילדער פֿון דער וועלט־פּרעסע". אַזוי באַקומט זיך אַ שפּאַנענדיקער קאָלאַזש פֿון דעם אַלץ וואָס געשעט סײַ איבער דער וועלט און סײַ אין אונדזער געאָגראַפֿישן אַרום, אָריגינעל און אין אַן אינספּירירינדיקער פֿאָרעם אויפֿגענומען מיטן אויג פֿון די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿן אין לאַנד און אויף דער וועלט.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי

אַרויסגעבראַכט האָט אונדז די אויסנעמלעכע געשטאַלט פֿון גליקל פֿון האַמעל פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי, בעת איר פֿאָרטראָג אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿרימאָרגן אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג".

גיט נאָר אַ קוק וויפֿל מזל מיר האָבן! וויפֿל מ׳זאָל נישט רעדן וועגן שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט, געניסן מיר פֿון דענסטוועגן פֿון אויסגעצייכנטע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז נאָך אַלץ פֿאַר זיי דער מקור פֿון וויסן, די היים וואָס שטענדיק קאָן מען זיך צו איר אומקערן און אפֿילו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק. פֿאַרשטעדלעך אַז אַזעלכע מחשבֿות האָט בײַ אונדז דערוועקט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי, בעת איר באַלערנדיקער לעקציע, וווּ ס׳איז איר געלונגען אײַנפֿאַלעריש צוזאַמענבינדן וויסנשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט.

קונסט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה גערשוני

אויב צווישן די ישׂראלדיקע מאָלערס איז פֿאַראַן אַ רשימה פֿון טאָנגעבערס, איז זיכער אויך פֿאַראַן אַ ליסטע פֿון טאָנגעבערס צווישן די קוראַטאָרן. שׂרה ברײַטבערג־סמל (סעמעל) — קונסט־קריטיקערין, רעדאַקטאָרין, קוראַטאָרין, געפֿינט זיך, אָן שום ספֿק, בײַם סאַמע שפּיץ פֿון דער דאָזיקער רשימה. איר נאָמען און אויפֿטוען זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער שורה קינסטלער וואָס זײַנען זוכה געווען אָנצוקומען, אַ דאַנק איר, צו יענער געגאַרטער פּאָזיציע, ווי אויך דערגרייכן, אַז דווקא זי זאָל דורכפֿירן אַ טיפֿע פֿאָרשונגס־אַרבעט איבער דעם קינסטלער. צו איר זכות קאָן מען צושרײַבן איינע פֿון די באַוווּסטע אויסשטעלונגען אין דער געשיכטע פֿון דער היגער קונסט, "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע", פֿון 1986, אין וועלכער איר אונטערשריפֿט איז אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן ביז הײַנט.