User loginSearch |
אויף דער איניציאַטיוו פֿון גראָפּער־פֿאָנד האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים אײַנגעאָרדנט אַ פֿײַערלעכן אָוונט צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער אין רומעניע יעקבֿ גראָפּער. עס האָבן זיך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט גראָפּערן און האָבן דערציילט וועגן דעם דיכטער און מענטש, און וועגן זײַן שעפֿערישער טעטיקייט: ד"ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער, פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, דער פּראָמינענטער פּסיכאָלאָג, גרינדער פֿון אינסטיטוט צו באַהאַנדלען קינדער מיט לערן־שוועריקייטן און לאַורעאַט פֿון ישׂראל־פּרײַז; דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך.
דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל. בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע.
אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין. אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום.
מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן.
מיט אַ חודש צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט וויקטאָר גראַיעווסקי, וועלכער איז יאָרן־לאַנג געווען מײַן דירעקטאָר אין ראַדיאָ. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿרעמדע שפּראַכן־אוידיציעס, ספּעציעל אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד און די נײַע עולים. איך בין געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל אויף "קול־ישׂראל", און גראַיעווסקי האָט אַרויסגעוויזן אַ סך סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם ספּעציעלן סטאַטוס און פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אין אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון דבֿ סדן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים איז איצט דערשינען אַ בוך וועגן אַ וווּנדערלעכער געשטאַלט, וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון ייִדישן גורל אין דער איצטיקער צײַט. דאָס בוך "פֿון סיגעט קיין ירושלים" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מינדלעכע דאָקומענטאַציע, איבערגעגעבן דורך פֿרוי ראָז בילבול אין אינטערוויוען מיט פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענטיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק:
עס איז שווער צו רעדן וועגן אַ חבֿר, מיט וועלכן מען האָט אין משך פֿון אַזוי פֿיל יאָרן מיטגעלעבט אין פֿריידן און אין שוועריקייטן פֿון טאָג־טעגלעכן הו־האַ. מיכאל איז פֿאַר מיר, קודם־כּל, געווען אַ חבֿר און אַ יאָרנלאַנגער קאָלעגע בײַ דער אַרבעט אין ראַדיאָ. מיר האָבן זיך באַקענט אַ קורצע צײַט נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל, אין יאָר 1957, ווען ייִדן האָבן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזט פּוילן. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אוידיציע אין "קול־ישׂראל" אין דער צײַט, ווען עס האָבן זיך נאָך באַטייליקט אין איר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט — זשורנאַליסטן, דענקער, אינטעלעקטואַלן — אַלץ פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון פּוילן, רומעניע און ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
לייבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין קימפּולונג, דרום־בוקאָווינע, בײַ אַ משפּחה פֿון באָיאַנער חסידים. ווען ער איז אַלט געווען 5 יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקאָווינע. אין יענע יאָרן איז טשערנאָוויץ נישט געווען קיין גרויסער ייִדיש־צענטער, הגם עס האָבן דאָרט געלעבט בײַ 50.000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. בוקאָווינע האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע און אַזוי ווי די ייִדן האָבן פֿאַרערט דעם קיסר פֿראַנץ־יוזעף, וועלכן זיי האָבן אויף אַ היימישן אופֿן אָנגערופֿן פֿרוים־יאָסל, האָט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור געהאַט אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די בוקאָווינער ייִדן. |
|























קהילה־לעבן