אין אוקראַיִנע איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט "די רעגיאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קליינע שטעט (שטעטלעך)". פֿון יאָר 1999 רעאַליזירט זי אויך דעם פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש". בײַם אָנהייב האָט מען די אַרבעט געפֿירט אין פֿיר קהילות: קאָרסון-שעווטשענקאָווסקי, זוועניגאָראָדקע, באָגוסלאַוו און פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי. פֿון 2001 איז די רשימה געוואָרן אַ סך לענגער. עס באַטייליקן זיך אין דער דאָזיקער טעטיקייט אויך די קהילות פֿון אימען (אומאַן), סמעלע, בראָוואַר, באָיאַרקע, שפּאָלע, סקוויר, אירפּען און פֿאַסטאָוו.