User loginSearch |
אין 1819 איז בײַ ר׳ יצחק אָפֿענבאַך, דעם חזן אין דער שטאָט קעלן, געבוירן געוואָרן אַ וווּנדער־קינד פֿון מוזיק. דעם קינד, דאָס זיבעטע שוין אין דער משפּחה, האָט מען אַ נאָמען געגעבן יעקבֿ — מיט דער צײַט, אין פּאַריז, וועט פֿון יעקבֿ ווערן — זשאַק. געבוירן מיט אַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט צו מוזיק איז ער, יעקבֿ, נאָך געבענטשט געווען מיט אַ שאַרפֿער אינטעליגענץ און אַ שאַרפֿן פֿאַרשפּיצטן חוש פֿאַר הומאָר. טוט נאָר אַ קוק, רבותי, דאָס וווּנדערלעך פֿאָלק וואָס מיר ייִדן זענען! הונדערטער יאָרן לאַנגע, ווײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, איז גלײַך, ווי ס׳האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז אַ שפּאַרונקע פֿון אַ מעגלעכקייט, האָבן מיר גענומען באַלד טועם זײַן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. און אַז מיר האָבן פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון איר ליטעראַטור, קונסט און מוזיק, דאָ האָט פֿונעם ייִדיש־פֿאַרשלאָסענעם קוואַל אַ שפּאַר געטאָן אַ כּוח טאַלאַנטן וואָס האָט אין דער וועלט אַרויסגערופֿן התפּעלות!
מיט אַ צײַט צוריק איז אין פּאַריז אַוועק פֿון דער וועלט דער ייִדישער קינסטלער יעקבֿ מאַרקעל — אַ מײַסטער פֿון פּאָרטרעטן, פּייסאַזשן און שטיללעבנס. לאָמיר, לשם הספּד, וועגן אים און זײַן קונסט, זאָגן אַ פּאָר ווערטער. עפּעס האָט דער קינסטלער מאַרקעל נישט געהאַלטן פֿון דער הײַנטצײַטיקייט. אַ מהלך ווײַט איז ער געווען פֿון די אַלע “איזמען" פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט.
די בילדער־אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ירושלים — אַריבער פֿופֿציק ווערק פֿון באַרימטע מײַסטער — איז געווען אַ קולטור־מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַ פּרעצעדענטלאָזן כאַראַקטער. לאַנגע חדשים האָט די אויסשטעלונג געצויגן מאַסן באַזוכער. שוין דער פֿראַגע־צייכן אַליין — "וועמען געהערן די בילדער?" — האָט דעם עולם אינטריגירט און אים געבראַכט צו אַ באַזוך: מען האָט געזוכט אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע.
מיט דונערן און בליצן האָט געקלאָגט דער הימל, יענעם טאָג פֿון 20סטן מאַרץ, ווען דער גוססדיקער לודוויג וואַן בעטהאָווען האָט אויפֿגעהערט אָטעמען — און ער איז אַוועק אין דער אייביקייט. צו די הונדערט און אַכציק יאָר נאָך זײַן פּטירה ווילט זיך דערמאָנען, אַז דער־אָ ריז פֿון מוזיק האָט פֿאַרמאָגט אַ שפּאָרן קרײַז פֿון ייִדישע פֿרײַנד און ייִדישע אונטערשטיצער. וועגן דעם ענין דערקלערט דער בעטהאָווען־פֿאָרשער ראָמען ראָלאַן אָט וואָס: “וווּ מען זאָל זיך נישט אַ קער טאָן אין בעטהאָווענס לעבן געפֿינט מען נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן, און ס׳באַמערקט זיך תּמיד, אַז ער האָט די ייִדישע פֿרײַנד זײַנע אַ סך צו פֿאַרדאַנקען... בעטהאָווען שרײַבט אין אַ בריוו צו אַ ידיד (1816): "איך בין אַ פֿרײַנד פֿון גאַנצן מענטשן־מין".
צו נײַנצן יאָר, אויף די הייכן פֿון זײַן מוזיקאַלישער קאַריערע, איז יאָזעף יאָאַכים באַשערט געווען, אַז ער זאָל ווערן אַ קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם. און אַזוי וועט ער שוין בלײַבן אַ קעמפֿער — עד יום מותו. ווי באַקאַנט, איז אין יאָר 1850 דערשינען, אונטערן פּסעוודאָנים "פֿרײַגעדאַנק", דער וואַגנער־פּאַמפֿלעט "ייִדן אין דער מוזיק". איז דאָ האָט דער ייִדישער בחור באַוויזן, אַז מחוץ מוזיק קאָן ער אויך זײַן אַ קעמפֿער קעגן שׂינאת־ישׂראל. מיט אַ זעלטענער פֿאַרביסנקייט איז יאָאַכים אַרויס קעגן דעם גאַליקן אַנטיסעמיט — ריכאַרד וואַגנער.
יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדערקינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגעבלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנצע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג! זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון געפֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.."
לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרעמע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס.
|
|























קהילה־לעבן