User loginSearch |
(צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן. אַוודאי וועט פֿון דערמאָנען אַזוינע געשיכטעס קיין געזונט נישט צוקומען. אָבער מיר, ייִדן, טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן און ווי מיר זאָלן ניט ליב האָבן און וועלן שאַנעווען אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, האָבן מיר ניט קיין רעכט פֿון זיי עס אויסצובאַהאַלטן. דאָס ניט געדענקען קען זיך פֿאַר אונדז אויסלאָזן געפֿערלעכער.
(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט:
יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה. טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן. צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש.
(סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן) עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע: — איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט?
און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן.
נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע". פֿראַגעס און ענטפֿערס וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ. ווינטערוועלט! לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.
לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטיפֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג. אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע. |
|





















קהילה־לעבן