User loginSearch |
במשך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָט מען אין פּעטערבורג זיך גענומען צו די רײַכע אוצרות פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און וואָלין, 1912 — 1914. אין די 1990ער און אין די לעצטע יאָרן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אויסשטעלונגען, צוזאַמענגעשטעלט קאַטאַלאָגן פֿון די זאַמלונגען, און מע רעדט אויך וועגן גרינדן אַן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מע זאָל קענען אויסשטעלן אַ סך פֿון אַנ־סקיס מאַטעריאַלן.
איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!"
אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט. |
|


















קהילה־לעבן