שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע
איך האָב ליב מײַן זיידן, אָבער ער מישט זיך איצט אַרײַן אין מײַן לעבן. איך באַקום נאָר גוטע צייכנס אין שול, און איך שיק איצט אַפּליקאַציעס אָנצוקומען אין אַ קאָלעדזש. איך וויל זיך נישט פֿאַרשרײַבן אין די עליטאַרע "אײַווי־ליגע"־שולן. פֿאַר וואָס? קודם־כּל וויל איך נישט פֿילן קיין גרויסן דרוק ווען איך שטודיר, ווי מע פֿילט אין די קאָלעדזשעס. סײַ־ווי־סײַ וועט מען מיך נישט אָננעמען אין אַזאַ שול, וויל איך ווערן אַ דאָקטער. אָבער דער עיקר — די מעדיצין־שול וועט זײַן זייער טײַער, און איך זע נישט קיין סיבה, איך זאָל נישט שפּאָרן געלט ווי אַ ביז־גראַדויִר־סטודענט, אויב איך פֿאַרשרײַב זיך אין אַ גוטן שטאַטישן אוניווערסיטעט (אין ניו־דזשערזי, וווּ איך וווין זענען פֿאַראַן עטלעכע גוטע אוניווערסיטעטן אַזוינע).
מײַן זיידע אָבער קלינגט מיר יעדן טאָג און דערגייט מיר, און מײַנע טאַטע־מאַמע, די יאָרן צוליב אונדזערע "שלעכטע באַשלוסן". ער האָט אַפֿילו געקלונגען דעם צולאָז־ביוראָ פֿון "פּען"־אוניווערסיטעט, כּדי צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿאַר מיר. איך האָב אים ליב, אָבער ער מאַכט מיך משוגע און איך ווייס נישט, וואָס איך זאָל טאָן ער זאָל אויפֿהערן.


זײַן אייניקל

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
ס׳איז מיר שווער זיך אָפּצוזאָגן, ווען אַ חבֿר בעט בײַ מיר אַ טובֿה. איך דאַרף, איר זאָלט מיר העלפֿן געפֿינען אַן אופֿן דאָס צו טאָן, איך זאָל נישט אויסזען ווי אַ שלעכטער מענטש. איך בין אַ מאַמע, וואָס בלײַבט אין דער היים און גיט אַכטונג אויף אַונדזערע צוויי קינדער, דעם 6־חדשימדיקן עופֿעלע און דרײַ־יאָריק קינד. איך בין אויך אַ זשורנאַליסטקע, און כ׳אַרבעט פֿון דער היים טיילצײַטיק; און באַמי זיך צו פֿאַרדינען אַ פּאָר דאָלער. איך האָב עטלעכע פֿרײַנד, וועלכע אַרבעטן אַ פֿולע שטעלע און האָבן אויך קליינע קינדער. זיי קלינגען מיר אָפֿט ווען עס טרעפֿט זיך, אַז זיי האָבן נישט מיט וועמען איבערצולאָזן זייערע קינדער. זיי מיינען, אַוודאי, אַז איך זיץ אין דער היים און קנאַק ניסלעך, טאָ וואָס איז די גדולה — זאָל זי האַלטן אַן אויג אויף נאָך אַ קינד.
אין אַ נויט בין איך גרייט צו העלפֿן, אָבער דעם אמת געזאָגט, נאָך אַ קינד פֿאַרשאַפֿט מער אַרבעט און איך וואָלט געוואָלט ווערן באַצאָלט פֿאַר דעם. בין איך אַ שלעכטע חבֿרטע אויב איך וויל אַזוי טאָן?


נישט קיין אומזיסט קינדער־היים

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן בחור און איך זענען צוזאַמען שוין פֿינף יאָר, און ער האָט מיך נאָך נישט געבעטן צו ווערן זײַן כּלה. ער איז 34 יאָר אַלט און איך בין 28 יאָר אַלט. ווען עס קומט פֿאָר אַ יום־טובֿ, אַ שׂימחה, טראַכט איך, אַז אָט, אָט וועט ער עפּעס זאָגן — אָבער תּמיד בין איך אַנטוישט. ער זאָגט, אַז ער וויל זײַן מיט מיר "אויף אייביק", אָבער ער האַלט נישט פֿון קיין חתונה האָבן — פֿאַר וואָס דאַרף מען אַ שטיקל פּאַפּיר אַרויסצוּווײַזן אונדזער ליבע? איך ווייס נישט, ווי צו ענטפֿערן אויף דעם. איך וויל אַ חתונה, פּונקט ווי מײַנע חבֿרטעס. איך וויל האָבן די מעגלעכקייט פֿון קענען אים אָנרופֿן "מײַן מאַן", און נישט "מײַן בחור". אויף דעם ענטפֿערט ער, אַז "גיב נאָר אַ קוק אויף די אַלע גטן וואָס קומען פֿאָר". פֿון דעסטוועגן פֿיל איך, אַז צו לעבן אָפֿיציעל ווי מאַן און ווײַב איז אַנדערש ווי פּשוט לעבן צוזאַמען.

מײַן מאַמע זאָגט, אַז איך זאָל אים סטראַשען — אָדער — אָדער. מײַן טאַטע האַלט, אַז אויב מע דאַרף אים סטראַשען, טויג ער נישט פֿאַר זײַן טאָכטער; ער איז נישט מײַן באַשערטער. אָבער איך האָב אים ליב און וויל אויסלעבן מײַנע טעג מיט אים — וואָס זאָל איך טאָן?

נאָך נישט קיין כּלה

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
אין קאָלעדזש האָב איך געהאַט אַ חבֿר. ער איז געווען דער ערשטער ערשטער חבֿר מײַנער; זייער אַ סימפּאַטישער מענטש. פֿון דעסטוועגן ,זענען מיר זיך צעגאַנגען, און איך בין געבליבן מיט אַ צעבראָכן האַרץ. ער האָט גאָרנישט געטאָן קיין שלעכטס; מיר האָבן פּשוט געפֿילט, אַז מיר גייען אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין לעבן. ער איז געווען דרײַ יאָר עלטער פֿון מיר און האָט געוואָלט פֿאַרקנסט ווערן, שטעלן באַלד אַ חופּה און האָבן קינדער.
איך האָב דעמאָלט שטודירט דאָס ערשטע יאָר אין אוניווערסיטעט און געוואָלט אַנטוויקלען אַ קאַריערע און ווײַטער אָנגיין מיט מײַן דערציִונג. דער גורל האָט פּשוט נישט געוואָלט מיר זאָלן בלײַבן אין איינעם.
במשך פֿון די יאָרן זענען מיר געבליבן אין פֿאַרבינדונג, אָבער מיר האָבן זיך נישט געזען שוין 8 יאָר. איך בין לעצטנס אַ כּלה געוואָרן, געמאַכט אַ וווּנדערלעכע קאַריערע, און איך קען זיך נישט באַקלאָגן אויף מײַן לעבן. מײַן אַלטער חבֿר קומט צו גאַסט אין אונדזער שטעטל אין אַ חודש אַרום און וויל זיך זען מיט מיר. צי פּאַסט, איך זאָל זיך טרעפֿן מיט מײַנעם אַ געוועזענעם בחור, ווען איך גיי באַלד חתונה האָבן? וואָס וועט זײַן, אויב די אַלטע געפֿילן צווישן אונדז ווערן ווידער אויפֿגעלעבט

גרענעצן

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך טראָג! מײַן מאַן און איך דערוואַרטן באַלד אונדזער ערשט קינד, און זיצן ווי אויף שפּילקעס. מיר ביידע האָבן דערפֿאַרונג בײַם ניאַנטשען און אויפֿהאָדעווען עופֿעלעך און קליינע קינדער. מיר האָבן אויך נישט קיין מורא פֿאַר פּראָבלעמען, וואָס קענען פּלוצעם אויפֿקומען. פֿון דעסטוועגן וויל אונדז כּסדר יעדער גיבן אַן עצה — משפּחה, פֿרײַנד, באַקאַנטע — סתּם מענטשן אויף דער גאַס אין אונדזער געגנט. יעדער זאָגט אונדז וועלכע פּראָדוקטן מיר זאָלן קויפֿן, וואָס מע זאָל טאָן ווען דאָס קינד וויינט, און נאָך און נאָך. מיט איין וואָרט, דער קאָפּ דרייט זיך פֿון די אַלע עצות וואָס מיר מוזן אויסהערן. זאָל איך זיי זאָגן "אַ שיינעם דאַנק, ניין!" — ווען מע וויל אונדז געבן אַן עצה?

אַ טראָגעדיקע


טײַערע טראָגעדיקע,

ס׳איז נישטאָ קיין העפֿלעכער אופֿן צו זאָגן די מענטשן, וועלכע ווילן אײַך העלפֿן, און ווינטשן געזונט און גליק, מע זאָל אײַך נישט געבן קיין עצות. די נאַטירלעכע רעאַקציע אויף דער בשׂורה, אַז איר טראָגט, איז איבערצולעבן די אייגענע מעוברתשאַפֿט און זיך טיילן מיט דעם, וואָס מע האָט זיך דערפֿון געלערנט. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז קיינער טראַכט נישט אין דעם מאָמענט, ווען זיי עצהן אײַך, וויפֿל דערפֿאַרונג איר און אײַער מאַן האָבן אין דעם. זיי האַלטן דאָס פֿאַר אַ מיצווה. ס׳וואָלט בעסער געווען, ווען איר טראַכט גיכער וועגן דער כּוונה פֿון די מענטשן, און נישט וועגן זייערע רייד. אַז מע הערט זיך צו צו עצות, איז מען נישט מחויבֿ זיי אָנצונעמען. אָבער ווער ווייסט? אפֿשר קען מען זיך טאַקע עפּעס אויסלערנען? זאָל זײַן אין אַ מזלדיקער שעה!

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אין אַ ראַבינער־סעמינאַר און האָב אַ פּראָבלעם בײַם באַלאַנסירן דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן מיט דער שול־אַרבעט. מײַן לײַדנשאַפֿט איז ייִדישקייט און איך וויל זיך אויסצייכענען אין שול. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ מיידל, וועלכע לערנט זיך נישט מיט מיר אין סעמינאַר, און ווען זי קלינגט מיר אָן, סתּם אַזוי, און פֿרעגט, צי מיר קענען זיך טרעפֿן, טוט מיר וויי דאָס האַרץ ווען איך דאַרף איר אָפּזאָגן, ווײַל איך ווייס, אַז איך דאַרף שטודירן. דערצו האָב איך מורא, אַז זי וועט ווערן אין כּעס. וואָס זאָל איך טאָן?

ראַבינער־סטודענט

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַנע טאַטע־מאַמע גטן זיך. איך בין 28 יאָר אַלט און האָב נישט געוווינט אין דער היים שוין צען יאָר; זינט איך בין אַוועק שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך האָב תּמיד געוווּסט, אַז זייער באַציִונג איז אַן אָנגעשטרענגטע, אָבער קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז ס'איז אַזוי שלעכט. זיי זענען פֿאַרבליבן פֿרײַנדלעך צווישן זיך און האָבן צוגעזאָגט מײַן שוועסטער, צו קומען צוזאַמען אויף אַלע וויכטיקע משפּחה־אונטערנעמונגען. זיי האָבן אויך געזאָגט, אַז ווען מיר קומען אַהיים אויף די ימים־טובֿים, וועט מען פּראַווען צוזאַמען ווי אַ משפּחה.

זיי צעגייען זיך מיט יושר און שׂכל, און קיין השפּעה אויף מײַן טעגלעכן לעבן וועט דאָס נישט האָבן. פֿון דעסטוועגן, בין איך דערשלאָגן און ווייס נישט פֿאַר וואָס. פֿאַר וואָס וויין איך ווען איך קום אַהיים און געפֿין נישט מײַן טאַטן אין דער היים? פֿאַר וואָס בין איך אין כּעס, ווען זיי ווילן רעדן צו מיר, עלעהיי אַלץ איז נאָרמאַל? ווי זאָל איך ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן?

אַזוי טרויעריק

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר און איך האָבן זייער גוטע באַציִונגען. מיר זענען שוין צוזאַמען פֿיר חדשים. יעדן אָוונט זעען מיר זיך און האָבן אַ סך בשותּפֿות. ווען ער האָט זיך באַקענט מיט מײַנע עלטערן, אָבער, איז ער געוואָרן שעמעוודיק און האָט קוים אַרויסגערעדט אַ וואָרט! איצט האַלטן מײַנע טאַטע־מאַמע, אַז ער איז אַן עם־האָרץ, כאָטש ער איז אין דער אמתן אַ געלערנטער! ווי אַזוי קען איך מײַנע עלטערן איבערצײַגן, אַז ער איז טאַקע אַ גוטער שידוך פֿאַר מיר?

חבֿרטע


טײַערע חבֿרטע,

איר דאַרפֿט רעדן מיט אײַער חבֿר וועגן זײַן שעמעוודיקייט, און ווי אַזוי מע קען דאָס פֿאַרבעסערן. אפֿשר, ווען איר פֿאָרט ערגעץ צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע, אין אַ קינאָ אָדער פֿאָרשטעלונג, וואָלט דער שמועס נאָך דעם אָנגעקומען לײַכטער.

מע דאַרף רעדן מיט אײַערע עלטערן אויך. דערציילט זיי וואָס געפֿעלט אײַך אין דעם בחור, און אַז ער איז אַ שעמעוודיקער. איר קענט זיי "פֿאַרזאָרגן" מיט עטלעכע קשיות אויף טעמעס וואָס זענען אים נאָענט צום האַרצן, וועלכע וועלן זיכער אַרויסרופֿן אַן ענטפֿער בײַ אים.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן ליב אונדזער פּריוואַטקייט. מיר האָבן אַ נאָענטע משפּחה און עטלעכע גוטע־פֿרײַנד, און מער דאַרפֿן מיר נישט. לעצטנס, האָבן מיר זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער געגנט. די שכנים פֿון ביידע זײַטן זענען נאָענטע חבֿרטעס, און ווילן אונדז אויך אַרײַננעמען אין דער וואַרעמער קאַמפּאַניע. בײַם אָנהייב, האָבן מיר זיך געפֿרייט, וואָס מע נעמט אונדז אויף אַזוי וואַרעם, אָבער איצט איז די וואַרעמקייט שוין געוואָרן צו פֿיל.

די צוויי ווײַבער אַרבעטן נישט און מע זעט זיי תּמיד אין דרויסן. מיר קענען אין ערגעץ נישט גיין, זיי זאָלן אונדז נישט פֿרעגן וווּהין מיר גייען און וואָס מיר טוען. די אַנדערע נאַכט בין איך שפּעט אַהיימגעקומען און איינע פֿון די פֿרויען האָט עפּעס באַמערקט וועגן דעם צו מיר אין דער פֿרי. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז מע שפּיאָנירט נאָך אונדז. די ווײַבער זענען פֿײַנע מענטשן, אָבער ווי קען איך רעדן מיט זיי וועגן דעם ענין אָן זיי צו באַליידיקן?

אַ שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן


טײַערע "שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן",

צו ערשט, וואָלט איך אײַך געעצהט פּשוט נישט ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס, וואָס שייך וווּהין און פֿון וואַנען איר קומט און גייט. באַגריסט זיי און גייט ווײַטער. ווען זיי פֿאַרשטייען, אַז איר זענט נישט גענייגט צו פֿירן אַזוינע שמועסן, וועלן זיי אפֿשר אויפֿהערן צו פֿרעגן. אויב, נאָך אַ וואָך העלפֿט נישט די סטראַטעגיע, דאַרפֿט איר מיט זיי רעדן וועגן דעם. באַדאַנקט זיי פֿאַר זייער וואַרעמען אויפֿנעם, און זאָגט אויך, אַז איר און אײַער מאַן פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען מע פֿרעגט בײַ אײַך אַזוינע קשיות יעדעס מאָל, ווען מע גייט אַרײַן און אַרויס פֿון שטוב. אַרויסצוּווײַזן אײַער פֿרײַנדלעכקייט, קענט איר זיי פֿאַרבעטן אויף קאַווע איין מאָל אַ וואָך, איבערצורעדן די געשעענישן פֿון דער וואָך. זאָל זײַן מיט גליק.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

זינט איך האָב געהאַט דאָס דריטע קינד מיט זיבן יאָר צוריק, האָב איך געוואָלט פֿאַרלירן אין וואָג, וואָס איז צוגעקומען מיט יעדן קינד. די איבעריקע וואָג איז שוין אָבער געבליבן. אַמאָל בין איך געווען דאַר; איז מיר געווען שווער צו קוקן אין שפּיגל יעדן טאָג און זען ווי פֿעט איך בין געוואָרן — מײַן בויך, פּאָלקעס, רוקן — אַלץ. איך האָב עס באמת פֿײַנט באַקומען. איך האָב זיך אַ נדר געגעבן יעדן ראָש־השנה, איך זאָל סוף־כּל־סוף אויסזען בעסער. איך בין געוואָרן אַ מיטגליד אין דער גרופּע וואָג־היטערס, געגאַנגען שפּאַצירן אין דער פֿרי און אין אָוונט מיט אַ פֿרײַנד און אָנגעהויבן צו קאָכן געזינטערע מאכלים פֿאַר מײַן משפּחה. הײַנט, צען חדשים שפּעטער, זע איך אויס גוט און געזונט. אָבער ווען איך קוק אין שפּיגל, פֿיל איך נאָך אַלץ אַ זעלבסט־שׂינאה. פֿון וואַנען קומט דאָס און ווי קען איך פּטור ווערן פֿון דעם געפֿיל? איך בין געווען זיכער, אַז ווען איך פֿאַרליר אין וואָג, ווער איך צוריק די אַמאָליקע "איך".

מער נישט פֿעט


טײַערע מער נישט פֿעט,

עס קומט אײַך אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט דערגרייכט אײַער ציל. עס איז גוט צו הערן, אַז איר לעבט זיך אויס אויף אַ געזינטערן לעבן־שטייגער.

מאָלט אײַך, אַז אײַער איבעריקע וואָג האָט געדינט ווי אַ וואַנט צווישן אײַער עצם־איך און אײַער זעלבסט־ווערט. די איבעריקע וואָג האָט אײַך געגעבן עפּעס צו באַטראַכטן און פֿײַנט האָבן. ווען איר האָט געקוקט אין שפּיגל, איז אײַך נישט געפֿעלן געווען, וואָס איר האָט געזען. איר האָט געמיינט, אַז ווען איר פֿאַרלירט די וואָג, וועלן אײַערע נעגאַטיווע געפֿילן וועגן זיך אַליין אויך פֿאַרלוירן גיין. אַזוי ווי דאָס איז נישט געשען, נעמען מיר אָן, אַז עס זענען פֿאַראַן סיבות פֿאַר אײַערע געפֿילן. עס זעט אויס, אַז נאָר נאָך דעם ווי איר האָט פֿאַרלוירן די וואָג, פֿאַרשטייט מען, אַז די איבעריקע וואָג איז נישט געווען די הויפּט־פּראָבלעם.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טײַערע חזנטע,

מײַנע קינדער האָבן פֿאַרענדיקט דעם לערן־זמן יענע וואָך, און זיי מאַכן מיר שוין משוגע. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן מיט זיי. אַלע זייערע חבֿרים זענען אַוועקגעפֿאָרן אין זומער־קעמפּס — אַ לוקסוס, וואָס מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען. זיי שטייען אויף זייער שפּעט, טוען גאָרנישט און קוקן אויף טעלעוויזיע דעם גאַנצן טאָג, קריגן זיך כּסדר און דאָס איז אַלץ. מיט וואָס קען איך זיי באַשעפֿטיקן די קומעדיקע נײַן וואָכן? זיי זענען 8, 11 און 14 יאָר אַלט.

זומערדיקע מאַמע


טײַערע זומערדיקע מאַמע,

יאָ, אײַערע קינדער דאַרפֿן מיט עפּעס זיך פֿאַרנעמען בעת די זומער־חדשים, און דאַרפֿן פֿאָלגן נאָך עפּעס אַ סטרוקטור בײַ טאָג. זומערלעב — ס'איז די צײַט צו שלאָפֿן שפּעט, קוקן אויף טעלעוויזיע און זײַן אויסגעשפּאַנט. אָבער, פֿון דעסטוועגן, דאַרפֿן זיי האָבן אַקטיוויטעטן און צילן צו דערגרייכן. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט זיך אַוועקזעצן מיט יעדן קינד באַזונדער, און דורכשמועסן מיט אים וועגן אַ געוויסן ציל פֿאַר דעם זומער. אפֿשר קען דאָס עלטסטע קינד געפֿינען אַרבעט ווי אַ קינדהיטער, אָדער אַרבעטן אין אַ געשעפֿט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אפֿשר וויל איינער פֿון זיי זיך לערנען ווי צו שווימען, אָדער בעסער זיך צוגרייטן פֿאַר דער שול און לייענען ביכער, אָדער פּראַקטיצירן אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן קליינער ברודער וווינט בײַ מיר און מײַן מאַן שוין אַ חודש לאַנג ביז ער געפֿינט נאָר אַ שטעלע. מײַן מאַן איז זייער פֿרײַנדלעך צו אים און איז געווען גליקלעך וואָס ער איז געוואָרן אַ גאַסט אין שטוב. ער האָט אים געזאָגט, ער זאָל זיך פֿילן ווי אין דער היים.

די צרה איז וואָס מײַן ברודער פֿילט זיך שוין אַ ביסל היימיש. זײַן קויטיקע וועג און זאָקן זענען צעוואָרפֿן איבער זײַן צימער. די הערעלעך פֿון זײַנע וואָנציעס קען מען נאָך געפֿינען בײַם אָפּגאָס, נאָך דעם ווי ער גאָלט זיך. מיר האָבן נאָר איין וואַשצימער און ער בלײַבט דאָרטן אַזוי לאַנג, עלעהיי ער איז דער קיסר. מײַן מאַן קען שוין מער נישט אויסהאַלטן.