User loginSearch |
די טעמע וואָס איך קלײַב זיך צו באַהאַנדלען איז, לויט מײַן מיינונג, וויכטיק גענוג מיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן זעלבסט־אַרויפֿגעצוווּנגענעם איבעררײַס אין מײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. די סיבה דערצו איז דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון וויליאַם סאַפּיר, דעם פּראָמינענטן קאָלומניסט פֿון דער New York Times און לינגוויסט. אַגבֿ, כּדאַי צו באַמערקן, אַן אוהבֿ פֿון מדינת־ישׂראל.
ייִדישער פּלוראַליזם עס איז איבעריק איבערצוחזרן דעם פֿאַקט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט פּאָליטיש, קולטורעל און רעליגיעז. ווי אַ וועלט־פֿאָלק, זײַנען הײַנט צו טאָג, נאָכן חורבן אייראָפּע, די שפּראַכלעכע אונטערשיידן די האַרבסטע. ייִדיש איז באַעוולט געוואָרן אין ישׂראל און העברעיִש האָט ניט פֿאַרנומען איר פּלאַץ אין די תּפֿוצות. ייִדיש איז געווען דער גלאָבאַלער בולטסטער פֿענאָמען פֿון "דאָס פּינטעלע ייִד". די שײַכות פֿון אַ פּראָזאַיִשער דאַטע און אַ משיחישער מיסיע זינט דער גרינדונג פֿון קרן־קימת לישׂראל בײַם פֿינפֿטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין 1901 האָט דער פֿאָנד זיך קאָנצענטרירט אויף דעם גאַנג פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן חינוך נישט ווייניקער ווי אויף זאַמלען מיטלען צו קויפֿן באָדן אין ארץ־ישׂראל. דאָס איז, בלי־ספֿק, איינע פֿון די סיבות וואָס האָט באַווויגן דאָס פֿאָלק צו אָנערקענען דעם פֿאָנד ווי אַ סימבאָל פֿון אונדזער "סוּווערעניטעט, זעלבסטשטענדיקייט אויפֿן וועג". אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מערהייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסטלעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך. די חורבן־ליטעראַטור, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האַלט אין איין וואַקסן: מעמואַרן, ראָמאַנען, פֿאָרשאַרבעטן, דאָקומענטאַציע־פֿילמען און פּיעסן, ועל כּולם הארץ — רײַסנדיקע פּאָעזיע אויף אַלע לשונות און בפֿרט, ייִדיש און העברעיִש, האָבן שוין דערגרייכט זייער ציל, הגם דער פּראָצעס גייט אָן אין אויפֿשטעלן אַ בנין עדי עד אין אָנדענק פֿון חורבן אייראָפּע. אַלע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכער שעפֿערישקייט זײַנען רעפּרעזענטירט און זיי זײַנען נישט באַגרענעצט בלויז צו ייִדן. יעדע באַוועגונג מוז אין לויף פֿון צײַט זיך צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען, וואָס פֿאָדערן אַ פּירוש אויף די גרונט יסודות פֿון דער אידעאָלאָגיע, ווען זי איז פֿאָרמולירט געוואָרן בײַ איר געבורט. די אינטערפּרעטאַציעס מוזן בלײַבן געטרײַ די גרונט־יסודות פֿון דער אמונה, פֿילאָס אָפֿיע אָדער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג. דער קלאַסישער בײַשפּיל איז אונדזער אייגענע טראַדיציע (מסורה). נישט נאָר איז די תּורה שבכּתבֿ הייליק, נאָר אויך די תּורה שבעל פּה פֿאַרמאָגט די זעלבע קדושה, הגם זי איז דער פּירוש אויף דער תּורה שבכּתבֿ. |
|















קהילה־לעבן