User login |
אַלעקס דאַפֿנער
Alex Dafner
איך האָב ניט געוווּסט, אַז עס זײַנען דאָ לײַט וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש, ביז איך בין געווען 6 יאָר אַלט. איך האָב יאָ געוווּסט, אַז מיט געוויסע מענטשן רעדט מען ענגליש, אָבער איך האָב געמיינט, אַז זיי האָבן געדאַרפֿט אויך קענען ייִדיש. איך בין ניט געבוירן געוואָרן אין די 1920ער אָדער אַפֿילו אין די 1950ער יאָרן. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1986 אין אויסטראַליע.
אַלעקס דאַפֿנער
Alex Dafner
מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ גרופּע גראַדואַנטן פֿון דער מעלבורנער ייִדישער טאָגשול "שלום־עליכם קאָלעדזש" געפֿאָדערט בײַ זייערע עלטערן און בײַ זייערע לערער, פֿירן צוזאַמען אַ קאַמף, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל אַנערקענט ווערן ווי אַ מאַטורע-לימוד אין דעם אויסטראַלישן שטאַט וויקטאָריע. פֿינף יאָר איז נישט אַזאַ לאַנגער צײַטאָפּשניט, נאָר איינע פֿון די דעמאָלט פֿופֿצן-יעריקע תּלמידות וועט אין צוויי יאָר אַרום גראַדויִרן מיט אַ דיפּלאָם ווי אַ ייִדיש-לערער בײַם אָרטיקן מאָנאַש אוניווערסיטעט; און צוועלף מיטלשול־תּלמידים פֿון דער "דוד המלך־שול" און פֿון דער "הר־הצפֿים קאָלעדזש" האָבן, סוף-כּל-סוף, אויסגעפֿונען זייערע רעזולטאַטן פֿון די ייִדישע מינדלעכע און געשריבענע עקזאַמענס, וועלכע זיי האָבן דורכגעמאַכט מיט פֿינף וואָכן צוריק, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע תּלמידים אין וויקטאָריע, וואָס האָבן זיך געלערנט אַ שפּראַך ווי אַ מאַטורע-לימוד. |
Search |





















קהילה־לעבן