User loginSearch |
דעם 23סטן דעצעמבער האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", סוף־כּל־סוף, אָנגענומען אַ באַשלוס קעגן איראַן, וואָס מיינט, אַ ריי סאַנקציעס, געצילט צו באַגרענעצן און, מעגלעך, אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. פֿיר חדשים זײַנען אָנגעגאַנגען די פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט דער איראַנישער רעגירונג און סײַ צווישן די לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם זיכערהייט־ראַט. וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.
ווען דער הונגער אין מצרים איז געוואָרן שטאַרקער און די מצרישע באַפֿעלקערונג האָט שוין נישט געהאַט קיין תּבֿואה, זײַנען זיי ווידער געקומען צו יוספֿן בעטן תּבֿואה פֿון זײַנע ריזיק־אָנגעזאַמלטע תּבֿואה־זאַפּאַסן. האָט זיי יוסף געזאָגט: "הא לכם זרע וזרעתּם את האדמה" — נאַט אײַך תּבֿואה־זייאונג און פֿאַרזייט דעם באָדן. דערציילן די חז״ל (אין בראשית רבא צא, געבראַכט אין פּירוש רש״י, בראשית מא, נה), אַז יוסף האָט דערבײַ געשטעלט די מצרים אַ תּנאַי, אַ באַדינג, אַז בכדי צו באַקומען תּבֿואה פֿון יוספֿן האָבן די מצרים זיך געדאַרפֿט מל זײַן. בלית־ברירה האָבן אַ סך מצרים זיך מל געווען.
"אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער..." די פֿריילעכע חנוכּה־טעג פֿון יאָר תּשס"ז זענען שוין אַוועק און "עמך ישׂראל"האָט זיך שוין צוריקגעקערט צו דער וואָכעדיקער רוטין אין וועלכער מיר לעבן איצט אין ישׂראל.ווי געוויינטלעך, באַמיט מען זיך יעדעס יאָר אָפּצומערקן און פֿײַערן דעם יום־טובֿ חנוכּה אין ישׂראל מיט אַלע צערעמאָניעס און ריטואַלן, כאָטש ניט שטענדיק איז פֿריילעך אויפֿן האַרצן, און ניט שטענדיק איז לײַכט זיך צו באַפֿרײַען פֿון די זאָרגן און שטימונגען, וועלכע זענען משפּיע אויף דײַן געמיט־צושטאַנד, אויף דײַן האַלטונג און האַנדלונג, אין דײַן טאָג־טעגלעכן קיום. מויני שולמאַן שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהויקערט. זײַן רוקנביין איז געווען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ איינס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע ווייטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אויסבאַהאַלטן. אַזוי, אײַנגעהויקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אויגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די וויאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך. דעם 1טן סעפּטעמבער 1905 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון אַ נײַער וועכנטלעכער אויסגאַבע, פֿינאַנצירט דורכן "פֿאָרווערטס". געהייסן האָט דער זשורנאַל "דער צײַט-גײַסט", און ער וועט אַרויסגיין אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר. אין די ערשטע שורות האָבן די רעדאַקטאָרן קלאָר געמאַכט די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דעם וואָכנבלאַט: "׳דער צײַט-גײַסט׳ ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ׳פֿאָרווערטס-אַסאָסיִיישן׳. זײַן ריכטונג איז דעריבער די ריכטונג פֿון דעם ׳פֿאָרווערטס׳. |
|



















קהילה־לעבן