געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער דענקמאָל לזכּרון די אומגעבראַכטע ייִדן אין ראָסטאָוו, אָבער דאָס וואָרט "ייִדן" איז פֿונעם דענקמאָל פֿאַרשוווּדן געוואָרן
אַ מאָדנע לאַנד איז, פֿונדעסטוועגן, רוסלאַנד. איך מיין פֿאַרשיידענע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע אַספּעקטן, און אין שײַכות מיט ייִדן פֿילט זיך עס אויך. פֿון איין זײַט זעט אַלץ אויס, דאַכט זיך, פֿויגלדיק. די באַציִונגען מיט ישׂראל זײַנען בעסער איידער ווי בײַ אַ סך מערבֿדיקע לענדער. די טוריסטן פֿאָרן פֿון רוסלאַנד קיין ישׂראל, קיין וויזעס דאַרף מען ניט קריגן פֿאַר אַזאַ רײַזע. הקיצור, ווען מע פֿאַרגלײַכט מיטן מצבֿ, וואָס איז געווען אין די סאָוועטישע צײַטן, איז עס ממש ווי טאָג און נאַכט. און דאָך בלײַבט נאָך עפּעס, וואָס מאַכט דעם גאַנצן ייִדישן ענין אַנדערש איידער אין דער מערבֿדיקער וועלט.
ניט אַלץ האָט דאָ צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם. און ניט אַלץ איז, בכלל, פֿאַרבונדן מיט דער באַציִונג פֿון ניט-ייִדן צו ייִדן. די ייִדן אַליין פֿירן זיך אויף גאַנץ מאָדנע אין רוסלאַנד, בפֿרט די, וואָס געהערן צו דער אינטעלעקטועלער — באַזונדערס באָהעמישער — סמעטענע. די טעג האָב איך געקוקט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע אַ פּראָגראַם, וואָס האָט דערציילט וועגן דער ראָלע פֿון די פּראַוואָסלאַוונע טויף-עלטערן אין איצטיקן לעבן. האָב איך זיך צוגעהערט און צוגעקוקט — פֿאָרט אינטערעסאַנט, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ זיי. אָבער זייער גיך האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די רייד איז געגאַנגען ניט אין גאַנצן וועגן "בײַ זיי", ווײַל געוויזן האָט מען ניט ווייניק לײַט מיט ייִדישע נעמען און פּנימער. אין איין פֿאַל האָט דער גלח אויך געטראָגן אויף זײַנע פּלייצעס אַ טיפּיש ייִדישן קאָפּ.
(מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געזען אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דער טעטיקייט, וואָס די פּראַוואָסלאַוונע פֿירן אין ברײַטאָן-ביטש. דער סיפּור-המעשׂה האָט זיך געדרייט, דער עיקר, אַרום די רוסישע שיכּורים און נאַרקאָמאַנען, וואָס מע זעט תּמיד אין דער געגנט. האָט דער היגער גלח צעטיילט צווישן זיי צלמים. האָט איינער פֿון די שיכּורים זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען אַ צלם:

ייִדיש־וועלט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף אַן אונטערנעמונג אין "קדימה". פֿון רעכטס: אַסיע גיטמאַן, סיסיע גאָלדבערג, טאָמי קאַלינסקי און אַלעקס דאַפֿנער
די מעלבורנער ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן פֿײַערן אַ יוביליי — מיט 100 יאָר צוריק איז געשאַפֿן געוואָרן די קולטור-אינסטיטוציע "קדימה", וואָס שפּילט נאָך אַלץ די צענטראַלע ראָלע אין אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך און קולטור. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען ס׳איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿאַר דער "קדימה", האָבן אין מעלבורן געוווינט ניט מער פֿון אַ פּאָר טויזנט מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. די נויט און רעפּרעסיעס האָבן זיי געטריבן איבער דער גאָרער וועלט. צווישן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מעלבורן, זײַנען געווען אויך אַקטיווע יונגעלײַט. זיי האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט אַן אידעע — צו שאַפֿן אַ ביבליאָטעק. אַזעלכע ביבליאָטעקן, אָפֿט מאָל אומלעגאַלע צי האַלב-לעגאַלע, זײַנען צו יענער צײַט געווען אין אַ סך שטעטלעך פֿון דעם תּחום־המושבֿ. אין אויסטראַליע האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט געדאַרפֿט זיך באַהאַלטן פֿון דער פּאָליציי. אָבער געלט פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג האָט מען פֿון דעסטוועגן געדאַרפֿט ערגעץ קריגן.
זײַנען דרײַ אַקטיוויסטן געקומען צו אַ היגן פֿאַרמעגלעכן ייִדן, יהושע ראַכלין האָט ער געהייסן. יענער האָט זיי אויסגעהערט, אָבער אין זײַנע אויערן האָט עס תּחילת געקלונגען ווי פּוסטע רייד. האָט ער דער דעלעגאַציע פֿאָרגעלייגט אַזאַ פּלאַן: טאָמער זיי גיט זיך אײַן צו געפֿינען לכל-הפּחות 15 בעלנים צו ווערן באַצאָלטע מיטגלידער פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט, וועט ער זײַן ברייטהאַרציק אין שטיצן די דאָזיקע געזעלשאַפֿט. עס האָט געדויערט ניט לאַנג ביז דעם טאָג, ווען דער נייטיקער קוואָרום האָט זיך צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט זיך אין מעלבורן דעם 26סטן דעצעמבער 1911 באַוויזן די "קדימה"-ביבליאָטעק. דעם נאָמען האָט פֿאָרגעלייגט דער בעל-צדקה — ראַכלין. עפּעס האָט אים, אַ פּנים, געצויגן צו פּראָגרעס. "קדימה" מיינט דאָך — פּונקט ווי "פֿאָרווערטס" — פֿאָרויס; דאָס הייסט, צו אַ ליכטיקערער צוקונפֿט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אַנטי־פּוטין דעמאָנסטראַציע אויפֿן באָלאָטנאַיאַ־פּלאַץ, מאָסקווע, דעם 10טן דעצעמבער

עפּעס איז אין רוסלאַנד געשען בעת און נאָך די וואַלן, דעם 4טן דעצעמבער. די לאַגע האָט זיך געביטן אַזוי שטאַרק, אַז די מלוכה איז ממש פֿאַרציטערט געוואָרן. וולאַדימיר פּוטין האָט זיך אויף אַזוי פֿיל איבערגעשראָקן, אַז פֿון זײַן מויל איז אַרויס גאָר אַ נאַרישקייט — ער האָט באַשולדיקט הילאַרי קלינטאָן אין אונטערהעצן די אָפּאָזיציאָנעלע כּוחות אין לאַנד, אין שיקן זיי אַ סיגנאַל (ווי אויך געלט), אַז זיי זאָלן אָנהייבן די פּראָטעסטן. ער און זײַנע עצה-געבערס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דערמיט זײַנען באַליידיקט געוואָרן מיליאָנען רוסישע בירגער, בפֿרט די וואָס באַקומען אינפֿאָרמאַציע ניט פֿון דער מלוכה-קאָנטראָלירטער טעלעוויזיע, נאָר פֿון אינטערנעץ.
דער דאָזיקער עולם, יעדנפֿאַלס אַ טייל פֿון אים, האָט די גאַנצע שפּיל מיטן אומקערן פּוטינען די פּרעזידענטישע שטעלע אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים. מע פֿילט, אַז פֿון זיי האָט מען זיך פּשוט אויסגעלאַכט: געשטעלט אַ מענטש און אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען "פּרעזידענט", נאָר כּדי צו מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אָפּשײַ פֿאַר דעמאָקראַטיע — לויט דער קאָנסטיטוציע האָט פּוטין ניט געטאָרט בלײַבן, אָן אַן איבעררײַס, אויף אַ דריטן טערמין. בינו-לבינו, האָבן אייניקע מענטשן אַפֿילו גענומען שטיצן דמיטרי מעדוועדיעוון, ווי אַ שטיקל אַלטערנאַטיוו לגבי דער לגמרי קאָרומפּירטער סיסטעם, וואָס איז אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט פּוטינען און דער רעגירנדיקער פּאַרטיי "דאָס געאייניקטע רוסלאַנד".

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע סאָציאַליסטן פֿון די 1920ער יאָרן, אַרײַנגערעכנט וויליאַם קאַרלין, אַב קאַהאַן, מאַקס ווינטער און פֿרענק קראָסווייט, אין ניו־יאָרק

מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי דער עולם אין אַמעריקע ציטערט ממש, מע זאָל זיי, חלילה, ניט אַרײַנשלעפּן אין סאָציאַליזם. מע שטאַרבט פֿריִער ווי אין אַנדערע אַנטוויקלטע, און צו מאָל ניט שטאַרק אַנטוויקלטע, לענדער, אָבער מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ — אַבי אָן סאָציאַליזם. און מע טשעפּעט צו דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" צו אַלצדינג, וואָס זעט אויס ניט אַזוי ווי עס דאַרף צו זײַן; אַפֿילו אויב דאָס האָט, אין דער אמתן, קיין שום שײַכות ניט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס סאָציאַליזם, אַפֿילו ווען ער איז בנימצא געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געהאַט אַן אייגן פּנים, און דערצו איז עס געווען אַ צײַטווײַליקע, דער עיקר אימיגראַנטישע זאַך. וועגן דעם האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן ניט איין מאָל געשריבן די דאָזיקע צײַטונג און אירע שוועסטער-צײַטשריפֿטן. דאָ וועל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "דער וועקער". דעם 16טן יוני 1937 האָט אַב. קאַהאַן דאָרטן געשריבן:

עס איז אַ פֿאַקט, וועלכן דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער פֿון דעם אַמעריקאַנער סאָציאַליזם וועט שענקען אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס — אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, גאַליציע און רומעניע זײַנען געווען צווישן די קרעפֿטן, וואָס האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע.

געשיכטע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט:

* * *

אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער.
עס איז דעם פּויער ניט אָנגעקומען אַזוי לײַכט צו פֿאַרשטיין אַלץ וואָס די רעדנער האָבן געזאָגט, ער האָט אָבער דאָך אײַנגעזאַפּט דעם עיקר. איין וואָרט אָבער האָט אים געשטערט און ער האָט ניט געקענט זײַן אין גאַנצן זיכער, צי ער פֿאַרשטייט טאַקע אַלץ צי ניין, און דאָס איז געווען דאָס וואָרט "טעמפּ".
און ווי אויף צו להכעיס האָט יעדער רעדנער אויף דער פּלאַטפֿאָרמע אָן אַ שיעור מאָל אָט דאָס וואָרט איבערגעחזרט: "שנעלער טעמפּ"... "אַמעריקאַנער טעמפּ"... "האַסטיקער טעמפּ"... — אַלץ "טעמפּ" און "טעמפּ"!

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הערמאַן קיין

שוין אַ היפּש ביסל צײַט וווין איך אין צוויי וועלטן: אין ענגלאַנד און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ביידע לענדער רעדט מען ענלעכע שפּראַכן — איין מין ענגליש און אַן אַנדער מין ענגליש. אויף די לינגוויסטישע אונטערשיידן האָב איך כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעאַגירן. עפּעס אַזוינס איז דאָך געווען אויך אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווײַל אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, ס׳רובֿ אַ ליטווישע, האָט גערעדט אַן אוקראַיִנישן ייִדיש. אפֿשר צוליב דעם טאַקע בין איך גאָר ניט פּוריסטיש געשטימט. פֿאַרקערט, איך האַלט אַז אַן איבערגעטריבענער פּוריזם מאַכט די שפּראַך אָרעם. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.

עס זײַנען דאָ, פֿון דעסטוועגן, אַ סך אונטערשיידן צווישן מײַנע צוויי וועלטן, וואָס איך באַמערק און בלײַב ניט גלײַכגילטיק צו זיי. קודם-כּל, מאַכט מיך משוגע די וואַל-קאַמפּאַניע. ביז די וואַלן גופֿא איז נאָך אַ יאָר, אָבער די וואַל-קאַמפּאַניע גייט שוין אָן. נאָך מער: מיר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַרענדיקט זיך בכלל ניט. עס שעפּט זיך אויס אַן עפּיזאָד, און עס הייבט זיך אָן גלײַך אַ נײַער. ס׳איז גענוג מיר אײַנצושליסן דעם "סי-ען-ען" צי נאָך עפּעס אַזוינס, ווי אויף מיר שיטן זיך אַרגומענטן פֿאַר דעם צד און קעגן דעם צווייטן צד. מענטשן האָבן אַ מלאָכה אַזאַ — אַ גוט באַצאָלטע, אַ פּנים — וואָס מיינט צו רעדן טאָג-אײַן, טאָג-אויס וועגן די קאַנדידאַטן און זייערע שאַנסן צו געווינען אָדער פֿאַרשפּילן. מע האַלטן אין איין ברײַען: ריטש פּערי אַהין, מיט ראָמני אַהער. די וואַלן זעען אויס ווי אַ מין ספּאָרט, און אַרום דעם ספּאָרט האָדעווען זיך מענטשן, וואָס קאָמענטירן דעם אָדער יענעם מאַטש, צי ער האָט זיך באַקומען אַ געלונגענער. ווי אין ספּאָרט, האָט די שפּיל נאָר צוויי קאָמאַנדעס אָדער פּאַרטייען, מישטיינס געזאָגט, ניט מער.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ליבישער פֿירער מאָאַמער קאַדאַפֿי מיטן רוסישן פּרעמיער וולאַדימיר פּוטין אין מאָסקווע, נאָוועמבער 2008

די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג.

גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, וואַרשע, מאַקעט

טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען.

אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ רופֿט צו ענדיקן די דעמאָנסטראַציעס און צוריקצוגיין צו דער אַרבעט, דעם 24סטן אָקטאָבער 1956, אין וואַרשע

הײַיאָר, דעם 22סטן יוני, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער — דער גרעסטער און בלוטיקסטער — פֿאַזע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערבֿ דעם דאָזיקן יוביליי האָט מען אין רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי אַזוי די רוסן באַציִען זיך הײַנט-צו-טאָג צו אַנדערע נאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה. דער סך-הכּל איז געווען אַזאַ: מער פֿון אַלעמען האָבן די רוסן פֿײַנט ניט די דײַטשן, נאָר דווקא די פּאָליאַקן און, אַ ביסל ווייניקער, די אַמעריקאַנער. וואָס שייך די דײַטשן, פֿאַרנעמען זיי דאָס פֿערטע אָרט. צו זיי איז די באַציִונג אַן ערך אַזאַ ווי צו די ענגלענדער.

מיט וואָס זשע האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט די פּאָליאַקן, מיט וועלכע מע האָט צום לעצטן מאָל געהאַט אַ מלחמה מיט נײַנציק יאָר צוריק, און בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מען אַפֿילו געווען שותּפֿים אין דעם קאַמף קעגן היטלערן? דער ענטפֿער איז אַ קאָמפּליצירטער, בפֿרט נאָך אַז צווישן די פּאָליאַקן האָט רוסלאַנד אויך אַ שלעכטן שם. רוסיש-פּוילישע באַציִונגען האָבן זייער אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עפּיזאָדן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט שפּילן יאָ אַ ראָלע, אָבער עס דאָמינירן פֿון דעסטוועגן קאָנפֿליקטן, ביטערע און בלוטיקע בתוכם.

אַפֿילו אין דער תּקופֿה, ווען קאָמוניסטן האָבן אָנגעפֿירט מיט פּוילן, האָט קיין גרויסע ליבע ניט געברענט צווישן ביידע צדדים. פּוילן איז פֿאַרבליבן אַ שווערער קאָמפּאַניאָן, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט געפֿירט אַן אייגענע פּאָליטיק. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַ שטייגער, אַז אין פּוילן זײַנען ס׳רובֿ פּויערים פֿאַרבליבן אינדיווידועלע פֿאַרמערס, מע האָט זיי ניט "קאָלעקטיוויזירט" אין קאָלכאָזן, און אַז די קאַטוילישע רעליגיע האָט ניט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם פּוילישן לעבן.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדן דאַווענען אין אומאַן

אַ מאָדנע גורל האָט אומאַן, די אוקראַיִנישע שטאָט וואָס געפֿינט זיך 125 מײַל פֿון קיִעוו. אייניקע טענהן, אַז זי פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון דעם געאָגראַפֿישן צענטער אין לאַנד. אומאַן קען זיך אויך גרויסן מיט איר אַלטן שיינעם פּאַרק און מיט דעם וואָס זי איז געוואָרן אַ ברודער-שטאָט מיט אַשקלון. און דאָך ניט אין דעם באַשטייט איר וויכטיקייט אין 21סטן יאָרהונדערט. אומאַן באַווײַזט זיך אין אוקראַיִנישע און אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס יעדן האַרבסט, אַרום ראָש-השנה, ווען אַהין הייבן אָן קומען טויזנטער, און לעצטנס, צענדליקער טויזנטער, חסידים. אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810) — אין דער דאָזיקער שטאָט איז אים באַשערט געווען צו שטאַרבן פֿון טובערקולאָז. אַזוי איז עס געוואָרן אַ הייליק אָרט פֿאַר דעם זגאַל ייִדן.

די איצטיקע געשיכטע פֿון עולה-רגל זײַן קיין אומאַן האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1989, אין דעם סאַמע ברען פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". דעמאָלט זײַנען אין דער פֿאַרשלאָפֿענער פּראָווינציעלער שטאָט פֿון בערך 90 טויזנט תּושבֿים אָנגעקומען אַרום אַ טויזנט חסידים. זיי האָבן דורכגעלייגט דעם וועג, און זינט דעמאָלט האָט די צאָל פּילגרימען געהאַלטן אין איין וואַקסן. פֿון אַלע עקן וועלט לאָזן זיך אין וועג אַרײַן ייִדן, דער עיקר, די "טויטע חסידים". אַזוי רופֿט מען די בראַצלעווער חסידים (דווקא, זייער לעבעדיקע מענטשן), ווײַל זיי האָבן קיין אָפֿיציעלן רבי ניט געהאַט זינט דעם טויט פֿון זייער רבין, ר׳ נחמן בראַצלעווער. די אומאַנער יאַזדעס האָבן אַרײַנגעבלאָזן אַ היפּש ביסל ענערגיע אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, צוגעצויגן צו זיי מער מענטשן.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם "מנורה־מאָנומענט" אין באַבי־יאַר, קיִעוו

הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן.

די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס.