קהילה־לעבן
פֿון מלך ווישוואַנאַט (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מחבר (לינקס) מיט הרבֿ דניאל ספּערבער

מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.

ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן.