ביז לעצטנס האָב איך זייער ווייניק געוווּסט וועגן ייִדיש־שפּראַכיקן קאַבאַרעט — דאָס וואָס מען האָט אַ מאָל גערופֿן "קליינקונסט־טעאַטער". אַוודאי בין איך, ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, שוין געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן טעאַטער — באַזונדערס, מיט די פֿאָרשטעלוגנען וואָס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף "סעקאָנד עוועניו" אין ניו־יאָרק, אָדער אַפֿילו אויף די בינעס פֿון די פֿאַרשיידענע זומער־קאָלאָניעס אַרום ניו־יאָרק, ווי למשל, "גראָסזינגערס", "קוטשערס" און דער "קאָנקאָרד". פֿונדעסטוועגן, איז קליינקונסט־טעאַטער עפּעס אַנדערש, צוליב דעם וואָס זײַן עסטעטישער קאָנטעקסט איז אינעם שניט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, כאָטש מיטן טעם פֿון ייִדישן הומאָר און סאַטירע.