User loginSearch |
די וואַרעמע פרילינג־טעג פון אַפּריל־מײַ, וואָס ברענגען פֿאַר יעדן איינעם אַזוי פיל פֿרישע ענערגיע און כּוח, רופֿן אויך אַרויס בײַ אַ סך מענטשן, ספּעציעל בײַ יענע, וואָס קומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערמאָנונגען וועגן דעם לאַנג־דערוואַרטן נצחון איבער דעם פֿאַַשיסטישן דײַטשלאַנד, און דעם סוף פֿונעם חורבן. זינט דעמאָלט זענען שוין פֿאַרבײַ 63 יאָר, אָבער דער מענטשלעכער זכּרון קען זיך נישט באַרויקן, כּל־זמן עס זענען דאָ אומגעקומענע אָן אַ נאָמען און אָן אַ קבֿר.
דעם 13טן אויגוסט איז אין ניו־יאָרק ניפֿטר געוואָרן ד"ר וולאַדימיר זאַק, אַ פּראָמינענטער מוזיקאָלאָג און קאָמפּאָזיטאָר, אַ מחבר פֿון עטלעכע מאָנאָגראַפֿיעס; צווישן זיי פֿאַרנעמען אַ באַזונדער אָרט "שאָסטאַקאָוויטש און ייִדן?" (ניו־יאָרק, 1997) און "וועגן די געזעץ־מעסיקייטן פֿון דער לידער־מעלאָדיק" (מאָסקווע, 1990). ד"ר זאַקס לעבן און שאַפֿן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט אַ קאָמפּליצירטער און סתּירותדיקער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער מוזיק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. |
|















קהילה־לעבן