פּערזענלעכקײטן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בראָדסקי, ניו־יאָרק 1987
די ייִדן זאָגן אַז איך בין אַ קריסט, די קריסטן זאָגן — אַ ייִד, די דײַטשן — אַ רוס, די רוסן — אַ דײַטש.

אַנטאָן רובינשטיין

"איך זאָג אײַך ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער צו אַ פּראַוואָסלאַוונעם: פֿאַרשעמט ניט די ייִדישע נאַציע!"

יולי גוסמאַן
צו וולאַדימיר זשירינאָווסקי

אין דער רוסישער "דומע"


יוסף בראָדסקי אין זײַנע פֿאַרשיידענע אינטערוויוען האָט ניט איין מאָל אונטערגעשטראָכן: "איך בין אַ ייִד. אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד. מע קאָן ניט זײַן מערער אַ ייִד, ווי איך בין. דער טאַטע, די מאַמע — אָן שום ספֿק. אָן אַ צומיש. נאָר איך מיין, אַז ניט נאָר דערפֿאַר בין איך אַ ייִד..." צי נאָך: "...איך מיין, אַז איך בין אין אַ גרעסערער מאָס אַ ייִד, ווי יענע ייִדן, וואָס האַלטן זיך בײַ אַלע מינהגים..." צי: "מיט דער צײַט פֿיל איך זיך אַ סך אַ גרעסערער ייִד, ווי יענע, וועלכע זענען עולה געווען קיין ישׂראל צי גייען אין סינאַגאָגעס..."
וואָס זשע האָט געהייסן פֿאַרן רוסישן פּאָעט, דעם נאָבעל־געווינער, וועמען מע האָט געבראַכט צו קבֿורה לויט די קריסטלעכע מינהגים, צו זײַן אַ ייִד, חוץ, פֿאַרשטייט זיך, דעם אַנטראָפּאָלאָגישן קאָמפּאָנענט?
יעדער ייִד — אַ שרײַבער, אַן אַקטיאָר, אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ קינסטלער אין אַנדערע קולטורן בכלל און אין דער רוסישער בפֿרט — געפֿינט פֿאַר זיך אַ פּאַסיקע פֿאָרמול, צו פֿאַראייניקן זײַן נאַציאָנאַליטעט מיטן גײַסטיקן לעבן און מיטן גײַסט פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. אי ער וויל בלײַבן אַ ייִד פֿאַר זײַן פֿאָלק, אי ער, דער שאַפֿער, וויל ניט זײַן אַ פֿרעמדער פֿאַר דעם פֿאָלק, פֿאַר וועלכן ער שאַפֿט און גיט אָפּ זײַן טאַלאַנט.

ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש
"שלום־עליכם ייִדן... גרויס איז אונדזער ישו־הנוצרי..." — אַזוי, צי כּמעט אַזוי, און אומבאַדינגט אויף ייִדיש, פֿלעגט זיך אין 1884 אָנהייבן די גאָטעסדינסט אין ייִדיש־קריסטלעכן געבעטהויז "בית־לחם" אין קעשענעוו. די קהילה האָט געהייסן "בני־ישׂראל/בני־ברית חדשה" (די קינדער ישׂראל/קינדער פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט).
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט.
יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן.

ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צבֿי צעלמאַן
איך שטיי אין אינטערנעט־פֿאַרבינדונג מיט דער ציגײַנערישער דיכטערין לומיניצאַ טשיאַבאַ (Luminita Cioaba). מיר האָבן זיך באַקענט אין רומעניע אויף אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון שרײַבער, וועלכע האָבן פּרעזענטירט נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער. איר טאַטע איז דער באַראָן פֿון די רומענישע ציגײַנער. אירע אויפֿטריטן פֿלעגט זי אַזוי אָנהייבן: "ווי עס זאָגט זײַן מאַיעסטעט, מײַן טאַטע...". — טאַקע פֿון איר האָב איך דאָס ערשטע מאָל געהערט, אַז ייִדן און ציגײַנער זײַנען קרובֿים, ווײַל הגר, שׂרהס דינסט, איז געווען אַ ציגײַנערטע; הייסט דאָס, אַז אַבֿרהם אָבֿינו איז אויך דער טאַטע פֿון די ציגײַנער. מילא. (אייניקע פֿון זיי זאָגן, אַז אָדם און חווה זענען געווען ציגײַנער; לויט אַן אַנדער לעגענדע שטאַמען די ציגײַנער פֿון די דײַטשישע ייִדן). אין פּריוואַטע שמועסן מיט איר און אין די בריוו צו לומיניצען — מיר שרײַבן זיך איבער אויף רומעניש — האָב איך איר דערציילט וועגן די ציגײַנערישע מאָטיוון אין דער ייִדישער ליטעראַטור און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם בעסאַראַבער ייִדישן פּאָעט צבֿי צעלמאַן.
צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע":

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ קראָם פֿון שפּילעכלעך און מתּנות צום "נאָווי גאָד" אין חיפֿה

איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן.

ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס.

אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט...

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד קנוט און אַריאַדנאַ סקריאַבינאַ

געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, —
צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן,
אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע,
און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1)

די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז...
אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער".

ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געניע סאַנדלער און משה לעמסטער, נצרת־עילית 2011

די טײַערע משפּחה רויף איז פֿון קעשענעוו! דעם זומער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל געווען בײַ זיי צו גאַסט. מיר, דאָס מיינט, דובֿ־בער קערלער און איך אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע — 2011. פֿאַר וואָס נאָך אַ מאָל? ווײַל אַן עלטערער מענטש קאָן דאָך ניט אַלץ געדענקען. ווען מע קומט צו אים דאָס צווייטע, צי דאָס דריטע מאָל, דערמאָנט ער זיך אין זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרגעסן. ווען מיר זענען אַרײַנגעקומען אין זייער דירה האָבן מיר דערפֿילט, אַז דאָ הערשט אַן אומעטיקע שטימונג. שאַפּס רויף האָט אונדז ניט תּיכּף דערקענט און דאָס פּנים בײַ זײַן ווײַב, בײַ זעלדע דאַווידאָוונע, איז געווען כמורנע אָן אַ סימן פֿרייד. און מיר ווילן דאָך, אַז זי זאָל אונדז זינגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. דאָ, נעמט אַרויס דובֿ־בער זײַן האַנט־קאָמפּיוטער און געפֿינט דאָרטן דעם פֿריִערדיקן אינטערוויו מיט זעלדע רויף, וואָס מיר האָבן פֿאַרשריבן נאָך אין 2006. אויפֿן עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער באַווײַזט זיך די פֿרוי זעלדע דאַווידאָוונע, וואָס זינגט אַזוי חנעוודיק אַמאָליקע ייִדישע לידער. זעען מיר ווי די קנייטשן אויף זעלדעס פּנים צעגלעטן זיך, זי טוט אַ שמייכל און דערנאָך צעלאַכט זי זיך פֿאַר פֿרייד. איר מאַן איז אויך געוואָרן פֿריילעכער און זאָגט אונדז: "ס’האָט שוין פֿון לאַנג בײַ אונדז אין שטוב ניט געקלונגען קיין געלעכטער!"...

ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011

איך הער שוין, ווי מע פֿרעגט מיך: פֿאַר וואָס דווקא "נעכטן, הײַנט, מאָרגן"?

אויב מיט אויפֿמערק באַטראַכטן די הײַנטצײַטיקע געשעענישן, אויב מען באַמיט זיך צו דערגרונטעווען צו זייער יסוד, געפֿינט מען, אַז דער הײַנט איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם נעכטן; מע זעט אויך, די צאַרטע שפּראָצן, וועלכע וועלן זיך אין גיכן צעוואַקסן, צעבליִען. צווישן די דאָזיקע דרײַ צײַט־אָפּשניטן עקזיסטירט אַ דיאַלעקטישע פֿאַרבינדונג, און מע קאָן ניט אָפּטיילן דעם הײַנט פֿונעם נעכטן, און אָפּרײַסן דעם מאָרגן פֿונעם הײַנט.

ס’רוישט אַרום אונדז דאָס הײַנטיקע לעבן. ערגעץ אין אַ שטוב, מיט דער הילף פֿון די עלטערן, טוט אַ קינד זײַן ערשטן שפּאַן. מיט דער הילף פֿון די לערער, הייבן די תּלמידים אָן אין די שולן צו לייענען, די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן — לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אויף צו באַהערשן די שפּיצן פֿון וויסנשאַפֿט. ערגעץ אין אַ שפּיטאָל גרייט זיך אַ כירורג צו אַן אָפּעראַציע. אין אַ ייִדישן טעאַטער הייבט מען אויף דעם פֿאָרהאַנג...

עס זענען פֿאַראַן פֿיל טעמעס, וועגן וועלכע מע קאָן שרײַבן. עס וויל זיך אָבער אין יעדער אַרומיקער דערשײַנונג זען אַן אָפּשײַן פֿון דעם טאָג; דעם נעכטיקן און אַן אויפֿשטײַג פֿון אַ טאָג אַ נײַעם.

פֿאַרשײדנס
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


חשובֿער רעדאַקטאָר, פֿרײַנד באָריס סאַנדלער.

דאָס ליד, "לעוו בערינסקיס וועלטן", האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן נאָך אין יאָר 2009, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער, צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. נאָר... דו ווייסט דאָך: דער פּאָעט טראַכט און די מוזע לאַכט. צי, ווי עס פֿלעגט זאָגן אַהרן ווערגעליס: אויב דו ווילסט שרײַבן פֿאַר דער אייביקייט, טאָרסטו זיך ניט אײַלן. יעדן פֿאַלס, ערשט די טעג האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצופֿילן דאָס, וואָס כ’האָב פֿאַרטראַכט נאָך מער ווי מיט צוויי יאָר צוריק. לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאָס אָנגעשריבענע ליד, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער און מײַן פֿרײַנד לעוו בערינסקי. אַ מתּמה, וואָס איז ניט פֿאַרבינדן מיט קיין שום יובֿל־דאַטעס, נאָר האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און צום פּאָעט, וועלכער איז ניט צעבאַלעוועט געואָרן מיטן אויפֿמערק צו זיך און צו זײַן שאַפֿן.




לעוו בערינסקיס וועלטן


אין דער שטאָט עכּו, וואָס זי איז געגרינדעט

אין אַמאָליקן ווײַטן עבֿר

וווינט אָפּגעזונדערט לעוו בערינסקי,

צי פּשוטער, היימישער — ליאָווע.

דאָרט וווּ ער וווינט, אין ליכטיקן הויז,

צוויי צימערן זײַנען בשכנות:

ווי אַ זאַל איז איין צימער — רחבֿותדיק גרויס,

דער צווייטער, אַ שמאָלער, אַ קליינער.

הומאָר

דערציילונג

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר.

די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן...

פּערזענלעכקײטן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יחיאל שיינטוך

ווען איך בין נאָך געווען אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק" האָב איך געטראַכט, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מענטש, איז אַלט־שבאַלט, איז אַ זקן־שבזקן. דאָך איצט, ווען איך ווער באַלד אַלט פֿינף און זעכציק דאַכט זיך מיר, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מאַנצביל איז נאָך אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק". אַלץ איז רעלאַטיוו... פֿאַרשטייט זיך, אָנרופֿן אַ געשעצטן, באַיאָרטן און באַערטן פּראָפֿעסאָר — גרינער "יונגערמאַנטשיק" איז אַ ביסל גראָב־יונגיש. דאָך האָף איך, אַז פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך וועט זיך אויף מיר ניט באַליידיקן, ווײַל מיינען מיין איך זײַן יונגע נשמה, זײַן ענערגיע, זײַנע גײַסטיקע יוגנטלעכע קראַפֿטן.

כ׳וואָלט געוואָלט דערמאָנען די לייענער עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע פּרטים.

יחיאל שיינטוך איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם 28סטן מאַרץ 1941. דאָרט האָט ער באַקומען זײַן אַלגעמיינע און ייִדישע דערציִונג. געווען אַן אַביטוריאַנט פֿון העברעיִש־ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זײַן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי.

ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רבֿקה באַסמאַן

ניט אומזיסט דער נאָמען רבֿקה

גראַמט זיך דאָך מיט דיכטונג!

ניט אומזיסט דער נאָמען באַסמאַן

גראַמט זיך דאָך מיט שאַפֿונג...


רבֿקה באַסמאַן אין אַ שמועס אירן מיט דוד פּינסקי האָט אים געזאָגט: "איך אָטעם מיט ייִדיש". כ׳מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: "איך אָטעם מיט ייִדישע לידער". דעם באַקאַנטן זאָג פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: "איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט איבערפֿראַזירן אויף איר שטייגער: "איך שרײַב לידער, הייסט עס, איך עקזיסטיר". זי האָט באַשאַפֿן אין אירע לידער אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדעס געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. די שײַנענדיקע שטערן, די בליִענדיקע בלומען, די קילע רעגנס זענען אין איר וועלט פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס פֿון לידער — לידער, וועלכע עס שרײַבט די נאַטור, וועלכע עס האָט אפֿשר, אָנגעשריבן בראשית דער באַשעפֿער. און די העלדן פֿון איר דיכטונג שאַפֿן אויך לידער, סטראָפֿעס, שורות:

זכרונות, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)

אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.