User loginSearch |
אָנהייב פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן קאָלאָנעס פֿון הונדערטער מענטשן, ס'רובֿ פֿרומע יונגע־לײַט, זיך געלאָזט צוריק קיין עזה, צום ייִשובֿ חוֹמש, וואָס דאָרט איז בײַ אַ סך פֿון זיי געווען אַן אמתע היים, וווּ זיי זײַנען געבוירן און אויפֿגעוואַקסן געוואָרן. לאָמיר אָפּפֿרישן דעם זכּרון: דער ייִשובֿ איז געווען עוואַקויִרט בגוואַלד, לטובֿת דעם באַשלוס זיך צוריקצוציִען פֿון עזה אויף אַן איינזײַטיקן אופֿן, וואָס דעם פּלאַן האָט דורכגעפֿירט דער געוועזענער פּרעמיער אַריאל שרון.
ס׳איז געווען אַ סצענע, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין ניו־יאָרק. אין דער תּימנער אַמבאַסאַדע אויף מיזרח 51סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט דער קאָנסול, נאַגיב אַ. אַלדזשאַבאַובי, געפֿירט אַ וואַרעמען שמועס מיט אַ ייִדישן בחור מיט שוואַרצע פּאות — אויף אַ פֿליסיקן אַראַביש.
דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה.
אָט אַזוי — ווי עס שטייט געשריבן אין דעם קעפּל — האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם נאָמען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, Beyond Eastern Europe, וואָס דער ראַטגערס-אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט דעם 18טן-20טן מערץ. דאָס וואָרט "דורכגעפֿירט" איז אפֿשר ניט אין גאַנצן פּאַסיק, ווײַל עס שפּיגלט ניט אָפּ די זייער גוטע אָרגאַניזאַציע און אַ גוט דורכגעטראַכטע פּראָגראַם פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש. דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. די חורבן־ליטעראַטור, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האַלט אין איין וואַקסן: מעמואַרן, ראָמאַנען, פֿאָרשאַרבעטן, דאָקומענטאַציע־פֿילמען און פּיעסן, ועל כּולם הארץ — רײַסנדיקע פּאָעזיע אויף אַלע לשונות און בפֿרט, ייִדיש און העברעיִש, האָבן שוין דערגרייכט זייער ציל, הגם דער פּראָצעס גייט אָן אין אויפֿשטעלן אַ בנין עדי עד אין אָנדענק פֿון חורבן אייראָפּע. אַלע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכער שעפֿערישקייט זײַנען רעפּרעזענטירט און זיי זײַנען נישט באַגרענעצט בלויז צו ייִדן.
מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ איז פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאַריאַ־קיורי־סקלאָדאָווסקאַ־אוניווערסיטעט אין לובלין (פּוילן); אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַקאַדעמישן יאָרבוך "פּאָלין" ווי אויך אַן איבערזעצערין פֿון ענגליש און ייִדיש. זי איז די מחברטע פֿון די ביכער:
געווען איז דאָס פֿאַר דער מלחמה. די געבײַדע פֿון אונדזער קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן קרעשטשאָטיק, דער הויפּט־גאַס פֿון דער שטאָט, האָט געהאַלטן אין איין רעמאָנטירט ווערן. האָבן מיר דערווײַל געשפּילט בשכנות, אינעם געוועזענעם קולטור־הויז פֿאַר בויערס. דער דאַך פֿון אָט דעם קולטור־צענטער איז געווען אַ לעכערדיקער, און ווען ס׳פֿלעגט אָנהייבן רעגענען... הכּלל, מען האָט געשפּילט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "שולמית" — די טאָכטער פֿון ירושלים — די האַנדלונג פֿון וועלכער ס׳קומט פֿאָר אין די אוראַלטע צײַטן. ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אייראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בייגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס.
ניט שטענדיק קען מען פֿאַרשטיין און דערקלערן די לאָגיק, לויט וועלכער אַ פּערזענלעכקייט ווערט דערמאָנט צי ניט דערמאָנט אין אַן ענציקלאָפּעדישן באַנד. צומאָל האָט עס פּשוט צו טאָן מיט דעם צונויפֿשטעלערס פּערזענלעכער באַציִונג. למשל, בײַם שרײַבן די נאָטיצן וועגן דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע נוץ איך די גאַנצע צײַט אליהו שולמאַנס "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער". דעם אמת זאָגנדיק, איז עס ניט קיין מײַסטער-ווערק. |
|





















קהילה־לעבן