User loginSearch |
מע האָט אַ מאָל צונויפֿגעשטוקעוועט אַזאַ וואָרט: "מאה-דעה", און עס אַרײַנגעשטעלט אין דעם "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך" מיטן טײַטש the Establishment. אָבער קיין אויסכאַפּעניש איז אויף דעם וואָרט קיין מאָל ניט געווען, ווײַל, ערשטנס, איז עס ניט קיין טאָג-טעגלעכער באַגריף און, צווייטנס, האָבן, בכלל, נאָר געציילטע קינסטלעך-אויסגעאַרבעטע ווערטער דאָס מזל פֿון פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער שפּראַך.
דער בריטישער פֿילם־רעזשיסאָר און דראַמאַטורג מײַק לי איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע שאַרפֿזיניקע שאַפֿונגען, וועלכע רופֿן אָפֿט אַרויס אַ קאָנטראָווערסיע. למשל, זײַן פֿילם "וועראַ דרייק" (2004) דערציילט וועגן אַ פֿרוי וואָס ראָמט אויף דירות, אָבער דינט — אין דער שטיל — אויך ווי אַן אָקושערקע, און פֿירט דורך אומלעגאַלע אַבאָרטן אויף יונגע מיידלעך.
צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטעראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוסלאַנד און ענגלאַנד.
(נעלי זאַקס, 1970-1891) "נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן". עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME" לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַרגאַרעט רייטשעל זינט זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס ס’איז געשען מיט אירע עלטערן בעת דער מלחמה, האָט רייטשעל זיך געפֿילט ווי אַ באַשטראָפֿטע. אין דעם דירהלע, וואָס די עלטערן האָבן געדונגען דרײַ בלאָקן פֿונעם קלייטל, האָט איר שטענדיק אויסגעפֿעלט ליכט און לופֿט; נישט אַזוי, מחמת די צוויי זאַכן האָבן פֿיזיש אויסגעמיטן זייער וווינונג, נאָר ווײַל דער אומעט וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַלע ווינקעלעך, האָט פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט קאַלטע, בלינדעוואַטע אויגן. "און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן דיר ברענגען דאָס ריינע איילבערט-אייל, צעדריקט פֿאַר באַלויכטונג, כּדי אויפֿצושטעלן אַן אייביקן לײַכטער פֿאַר מיר". אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן די כּהנים, אַהרן און זײַנע קינדער, אָנצוצינדן יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן, די מנורה אינעם משכּן. אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמפּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ
געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. אין דרויסן האָט געבריט אַ פֿראָסט, האָב איך אָנגעטאָן מײַן שווערע שובע, אײַנגעוויקלט זיך אין אַ שאַל, אײַנגענורעט זיך אין אַ וואָלענעם הוט, און הײַדאַ קאָשקעלע ראַנע. דאָס הייסט אויף ליטעראַרישן לשון: באַלד אין דער פֿרי, זיך אַרויסגעלאָזט פֿון ריווערדייל קיין מאַנהעטן. איך האָב געכאַפּט דעם ריווערדייל־עקספּרעס־אויטאָבוס אויפֿן ראָג גאַס, און אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן באַנײַען מײַנע פֿאַרדרימלטע טעאַטראַלע אינסטינקטן. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַוויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועקגיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן: |
|


















קהילה־לעבן