אין ניו-יאָרק לעבן הײַנט בערך 200.000 חסידים. דאָס רובֿ פֿון זיי וווינען אין ברוקלין, אין די ראַיאָנען באָראָ-פּאַרק, וויליעמסבורג, פֿלעטבוש און קרוין-הײַטס. אַ סך פֿון זיי וווינען מחוץ דער שטאָט אין די שטעטלעך מאָנסי, מאָנראָ אָדער סקווער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע "חסידותן", אָבער די סאַטמאַרער און די ליובאַוויטשער שטעלן מיט זיך פֿאָר די גרעסטע גרופּעס. די אַנדערע זײַנען די גערער, באָבאָווער, וויזשניצער, סקווערער, בעלזער, סאַנזער, ספּינקער און די פּופּאַער חסידים.