User login |
אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, זענען געווען ייִדישע שרײַבער וועלכע מיר קענען אָנרופֿן "טאָטאַלע שרײַבער". דאָס זײַנען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן און געדרוקט אין פֿיל ליטעראַרישע זשאַנערן — פּראָזע, פּאָעזיע, פּובליציסטיק, ליטעראַטור־קריטיק, דראַמעס, בריוו, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטן און איבערזעצונגען; יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך רעדאַגירט זשורנאַלן און ליטעראַרישע זאַמלביכער, זיי האָבן געשריבן פּאָלעמישע אַרטיקלען, און דער עיקר, זיי זײַנען געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און העברעיִש), אָדער אַפֿילו דרײַ־שפּראַכיקע, און פּאָליגלאָטן ממש. צווישן אָט די ייִדישע שרײַבער דאַרף מען דערמאָנען: מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַהרן צייטלין, דער הומאָריסט דער טונקעלער, און צוויי שרײַבער פֿון שארית־הפּליטה — מרדכי שטריגלער און אלי וויזעל. אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש (1928), באַהערשט ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, רומעניש, אונגאַריש, ענגליש און דײַטש. ווי אַ טאָטאַלער שרײַבער, שרײַבט ער און דרוקט אין פֿיר שפּראַכן לכל־הפּחות: פֿראַנצויזיש, ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און די זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט נעמען אַרום קורצע דערציילונגען, מעמואַרן און דערציילערישע פּראָזע, חסידישע שריפֿטן, אגדות, לעגענדאַרישע פּראָזע, דראַמעס, פֿילמיניקע זשורנאַליסטישע שריפֿטן, ליטעראַטור־קריטיק, ראָמאַנען, פּובליציסטישע שריפֿטן וועגן גורל און געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין סאָוועט־רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל, רעפֿעראַטן און רעדעס אויף אַ שלל טעמעס אויפֿן געביט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַקטועלע רעפּאָרטאַזשן, רעדאַקטאָר פֿון אַ טעאַטער־צײַטונג אויף ייִדיש, און אַ לאַנג־יאָריקע פּובליציסטישע טעטיקייט אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז און ניו־יאָרק, ווי אויך אין דער העברעיִשער פּרעסע פֿון מדינת־ישׂראל. ס’רובֿ ביכער זײַנע דערשײַנען קודם־כּל אויף פֿראַנצויזיש און ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויף העברעיִש.
דעם 18טן פֿעברואַר 2011 איז אין עלטער פֿון 90 יאָר אַוועק פֿון אונדז אין דער אייביקייט ד״ר שלום לוריא לבית קלמנאָוויטש. במשך פֿון בערך אַ יאָר זענען ניפֿטר געוואָרן דרײַ אָנגעזעענע ווילנער, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַן אָרט בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל; אַלע דרײַ זײַנען געווען מײַנע רעדאַקטאָרן און מײַנע אונטערפֿירער אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע. אַבֿרהם סוצקעווער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון "די גאָלדענע קייט", און וועגן אים האָב איך זיך פֿאַרמאָסטן אָנצושרײַבן אַ חיבור אויף די שפּורן פֿון זײַנע כּתבֿ־ידן פֿון ווילנער געטאָ; פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס האָט צוזאַמען מיט פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון דער מענדעלע מוכר־ספֿרים־פֿאָרשונג, און וועגן אים האָב איך צו זײַן ווערן אַ בן־תּשעים אָנגעשריבן אַן אָפּהאַנדלונג אינעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", באַנד 28; ד״ר שלום לוריא האָט מיט אַ זיכערער האַנט רעדאַגירט, זינט 1994, מײַנע אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געדרוקט אין זשורנאַל "חוליות" אונטער זײַן רעדאַקציע. וויל איך אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן זײַן בײַטראָג פֿאַר אונדז אַלעמען. שלום לוריא איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1920. געווען איז ער אַ וויכטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער באַהאַוונט אין אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור פֿון אַלע צײַטן. דער פֿאַרנעם פֿון זײַן איבערזעצערישער טעטיקייט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, איז געווען נישט קלענער פֿון זײַן רעדאַקטאָרישער פּראַצע.
צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן.
צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
|
Search |
























קהילה־לעבן