User login |
לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר... "די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט.
"דער געלער" — אַזוי האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די שרײַבער און אַזוי האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן אין איינעם פֿון זײַנע לידער. דער נאָמען אַהרן ווערגעליס איז גוט באַקאַנט געווען אויף דער ייִדישער גאַס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. אַ פּאָעט, פּובליציסט, פּראָזאַיִקער האָט ער ערלעך געדינט דער סאָוועטישער סיסטעם, וואָס האָט אים אויסגעפֿורעמט און פֿאַרטרויט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם "הויפּט־ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד". |
Search |






















קהילה־לעבן