User loginSearch |
דאָס צווייטע יאָר נאָכאַנאַנד האָט אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער זיך פֿאַרזאַמלט אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט פֿאַר אַ "ייִדיש־ברעיק"; אַ סוף־וואָך, פֿול געפּאַקט מיט אַקטיוויטעטן פֿאַר סטודענטן און די אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך טרעפֿן און רעדן ייִדיש. די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן "יוגנטרוף" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעך לשון בײַ יונגע־לײַט.
אַ בשׂורה‑טובֿה[*] איז געקומען פֿון פּאַריז: דאָרטן איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל "גילגולים"[**]. דאָס איז מערסטנס אַ פּאָעטישע אויסגאַבע. אַזוי זעט אויס די ערשטע העפֿט. אין אַ געוויסן זין, שפּיגלט עס אָפּ דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש-שאַפֿונג. פּאָעזיע איז דער דאָמינירנדיקער זשאַנער צווישן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּען-מענטשן. פֿאַר וואָס דווקא פּאָעזיע? זאָלן אויף דער פֿראַגע ענטפֿערן ליטעראַטור-פֿאָרשער. אונדז פֿרייט יעדער זשאַנער, אַבי עס אַנטפּלעקט אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט. און עס פֿרייט אויך, ווען מע פֿילט דרך-ארץ צום ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט.
דורשט נאָך וויסן איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. גאָר ניט צופֿעליק איז דווקא ווילנע, דער אינטעלעקטועלער צענטער פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום, געוואָרן אויך דער גײַסטיקער צענטער פֿון ייִדישן סאָציאַליזם. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז הויכע ייִדיש-קולטור, דער עיקר, ליטעראַטור, קען שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע גאַנצקייט — אָבער ניט פֿון "אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר", נאָר פֿון אַ מאָדערנעם, וועלטלעכן ייִדן. ווילנע איז געווען דער אַדמיניסטראַטיווער און עקאָנאָמישער צענטער פֿון דער ווילנער גובערניע, און — ווי יעדער אַזאַ צענטער — האָט די שטאָט צוגעצויגן אַ היפּשע צאָל געבילדעטע מענטשן. אַהין פֿלעגט מען אַרויסשיקן די אינטעליגענטן, וועלכע האָבן זיך "פֿאַרזינדיקט" אין גרעסערע שטעט, קודם-כּל, פֿאַר זייער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. אין ווילנע האָט מען געגרייט לערער פֿאַר ייִדישע מלוכה-שולן. |
|




















קהילה־לעבן