User loginSearch |
די דראַמע האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שטחים אין עזה און צעשטערן דאָרט אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט פֿאַרגעסן אָט די נאַציאָנאַלע בושה, ווען טויזנטער נפֿשות — קליין און גרויס — שוין אײַנגעוואָרצלט אין זייער ערד, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל, דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו.
יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט. במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדליקער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנצערטן.
(עטלעכע זכרונות און מחשבֿות צו זײַן 74סטער יאָרצײַט) איך געדענק עס זייער גוט, עס איז נאָך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַ הייסן זומער־טאָג, כ״א תּמוז, תרצ״ד — 1934, בין איך געפֿאָרן באַזוכן מײַנע חבֿרים אין דעם באַוואַלדיקטן שטעטל נאָוואָיעלניע, ניט ווײַט פֿון מײַן היים־שטעטל, וווּ עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער זומער־לאַגער פֿון דער יוגנט־גרופּע פֿון שומר־הצעיר. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען באַקאַנט ווי אַ קילע זומער־דאַטשע, וואָס האָט צוגעצויגן יוגנ און אַלט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אַרום און פֿון די גרעסערע שטעט, ווי סלאָנים, נאַוואַרעדאָק (נאָוואָגרודאַק), באַראַנאָוויטש א"אַ. מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנדערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּערזענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין.
הײַיאָר, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש תּמוז, קומט דער 120סטער יאָרצײַט פֿון חנה-רחל ווערבערמאַכער — די באַרימטע "לודמירער מויד", איינע פֿון די סאַמע אומגעוויינטלעכע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון חסידות. די הייליקע פֿרוי, וועלכע האָט אויסגעבויט אַן אייגענע שיל, וווּ זי האָט זיך געפֿירט ווי אַ רבי, האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער ייִדישער קולטור — סײַ בײַ די חסידים, סײַ בײַ די וועלטלעכע שרײַבער.
די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנטפּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַמע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון ליטעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבערזעצונגען און טעאַטער־אַרבעט.
געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער.
הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריסדיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדישע וואָדעוויל־הײַזער. |
|





















קהילה־לעבן