User loginSearch |
די בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע צעוואַקסט זיך אין אַ שווערן קריזיס, אין וועלכן עס ווערן אַרײַנגעשלעפּט יעדעס מאָל אַלץ נײַע צדדים. אייגנטלעך, קומט פֿאָר דאָס, וואָס ס‘האָט געזאָלט פֿאָרקומען צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־וועלט נאָך דעם צווישן־פּעריאָד פֿון אַ צען־פֿופֿצן יאָר, אַ מין קאַראַנטין־צײַט — נאָך דעם קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ענדגילטיקן פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין מאָסקווער קרעמל פֿון דער נײַער גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס.
דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויסגעבראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָלערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוסטרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען.
דערקענען איז אויך אַ וועלט
אין אַ טאָג, אַ האַלב־גרויען, האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿרימאָרגן־שפּאַציר, בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן — די זון האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט און די גרויקייט פֿון טאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספּעציעלע שטימונג, אַ שטימונג פֿון נאָכטראַכטונגען, דערמאָנונגען, פֿראַגן אָן ענטפֿערס.
קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ. ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבערצורײַסן די מלחמות און דערנענטערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבערגעריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען געוואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַטע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַטעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט.
אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן.
מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומגעוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָגראַפֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל". יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה,
צוויי רעוואָלוציאָנערע אַפּאַראַטן, וואָס האָבן שוין געהאָלפֿן טויזנטער פּאַראַליזירטע און האַלב־פּאַלאַריזירטע ישׂראלים ווידער צו ניצן זייערע געשעדיקטע אבֿרים, וועלן איצט זײַן צוטריטלעך פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער. ווי יעדן יאָר, ווען עס פֿאַלט אויס די דאַטע פֿון דעם 12טן אויגוסט, ברענגען מיר מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון די אומגעבראַכטע דיכטער, וואָס זײַנען געבליבן קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויף דעם 12טן אויגוסט הײַיאָר האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער געדרוקט רירנדיקע זכרונות פֿון די קינדער פֿון שלמה מיכאָעלס, בנימין זוסקין און דוד בערגעלסאָן, און ער האָט בײַ נאַכט אויף דער הזכּרה אינסצעניזירט, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון זעלטענע פּלאַטעס פֿון מיכאָעלס און זוסקין צוו“אַנד. |
|




















קהילה־לעבן