אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן.