פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל מאַסאַרסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעל קאַופֿמאַן

די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, דעם קלאַסיקער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, שלום־עליכם, אָרגאַניזירט דורך זײַנע קרובֿים בהסכּם מיט די וווּנטשן פֿון זײַן עטישער צוואה, איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן מײַ אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. זי איז געעפֿנט געוואָרן פֿון קענעט קאַופֿמאַן, דעם שרײַבערס אוראייניקל און דער באַשטענדיקער פֿאָרזיצער פֿון די יאָרצײַט־אונטערנעמונגען אין די לעצטע יאָרן. ער האָט איבערגעגעבן, צווישן אַנדערן, אַז דאָ אין זאַל געפֿינען זיך די געסט פֿון כינע — אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שלום־עליכם פֿאָרשונגען. מע האָט זיי באַגריסט מיט אַפּלאָדיסמענטן.

נאָך דער אַרײַנפֿיר־רעדע, האָט דער פֿאָרזיצער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן דעם אַקטיאָר פֿון ייִדישן טעאַטער, שיין בעקער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש אַ פֿראַגמענט פֿונעם שרײַבערס צוואה (אַגבֿ, שיין איז געקומען אין דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע גלײַך נאָך דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון בונים). דעם ענגלישן נוסח פֿון אָט דעם צוואה־פֿראַגמענט האָט רעציטירט אַן אייניקל פֿון שלום־עליכם, שערווין קאַופֿמאַן.

קולטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל מאַסאַרסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלום-עליכם מיט זײַנע אייניקלעך: טאַמאַראַ און בעלאַ, מאַנטרע, 1912

זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט).

קולטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל מאַסאַרסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון פֿאָרנט — בעל קאַופֿמאַן מיט איר מאַן סידני גליק;
אין דער צווייטער ריי פֿון לינקס: קאַופֿמאַנס ברודער ד״ר שערווין קאַופֿמאַן מיט זײַן פֿרוי, קאַופֿמאַנס פּלימעניק קענעט קאַופֿמאַן.

מיט אַריבער צוויי וואָכן צוריק איז געוואָרן 93 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום-עליכם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916 אין די בראָנקס. אין דרײַ טעג אַרום, דעם 16טן מײַ, האָט די צײַטונג "The New York Times" מודיע געווען, צווישן אַנדערן: "...אַ הונדערט טויזנט מענטשן פֿון דער ׳איסט-סײַד', מיט טרויעריקע פּנימער, זײַנען געשטאַנען נעכטן אויף די טראָטואַרן בעת דער לוויה-פּראָצעסיע פֿון שלום-עליכמען, דעם באַרימטן ייִדישן הומאָריסט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום ראַבינאָוויטש..."