User loginSearch |
אַ נײַעס אין אַ היגער רוסיש־שפּראַכיקער צײַטונג מכּוח פֿאַריתומטע ייִדישע קינדער און זייערע פֿאַרזאָרגער אין ליטע 1944—1945, האָט מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט. אויסטערליש, אַז לעבנדיק אין ווילנע פֿון 1947 ביז 1990 אונטערן טאָטאַליטאַרן רעזשים, האָב איך גאָרנישט געוווּסט וועגן יענע דראַמאַטישע געשעענישן. ווען זומער 1944 האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט ווילנע האָבן אויף די גאַסן זיך באַוויזן ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער, קעלערן און ביידעמער. עס האָט ממש גענומען אַ שוידער אַ קוק צו טאָן אויף זיי, די אויסגעדאַרטע, שמוציקע און אָפּגעריסענע.
פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט. אין מײַן פֿריִערדיקער נאָטיץ ("פֿאָרווערטס", 30.01.09) האָב איך דערציילט, אַז עס איז ניט באַשערט געווען, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן נאָך אין יולי 1944. קאָוונע, אָנהייב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע איז זייער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָוועטן האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַוויזן, אַז זיי הינקען אונטער מיליטעריש. |
|
















קהילה־לעבן