User login |
דער שוסטער חנן מערגאַשילסקי האָט געהאַט אַ שטיף־ברודער, לייזער־דוד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען אין אונדזערע ערטער ווייניק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן — ער איז געווען אַ פֿויגלכאַפּער. — עס פּאַסט נישט, אַז אַ ייִד זאָל כאַפּן פֿייגל, — האָט יעדעס מאָל געטענהט חנן, ווען די רייד איז פֿאַרגאַנגען וועגן לייזער־דודן, — ס’איז נישט גוט צו פֿאַרשפּאַרן אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל; דער אייבערשטער האָט דעם באַשעפֿעניש געגעבן פֿליגלען עס זאָל פֿרײַ פֿליִען פֿון איין צווײַגל צו אַ צווייטן, פֿון איין קוסט צו אַן אַנדערן. |
Search |





















קהילה־לעבן