User loginSearch |
אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס".
שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט. צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם. |
|
















קהילה־לעבן