ליטעראַטור
פֿון מרדכי יושקאָווסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה.