User login |
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס":
A Guest at the Forverts
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס":
A Guest at the Forverts
מײַן חבֿר משה לעמסטער איז געוואָרן 65, ביז 120. אַ גוטע געלעגנהייט צו זאָגן וועגן אים עטלעכע ווערטער. משה איז מײַן בן־עיר, מיר זײַנען ביידע בעסאַראַבער, אַפֿילו פֿון איין געגנט — פֿון צפֿון. אַמאָל האָט אין אונדזערע מקומות יעדעס שטעטל געשמט מיט זײַן אייגענער סחורה — איין שטעטל מיט ווײַן אַ צווייט — מיט ברינדזע, אַ דריט — מיט שמוישן, מיט גערויכערטע פֿלוימען און געטריקנטע עפּל... יעדינעץ, פֿון וואַנען עס שטאַמט אונדזער יובילאַר, האָט אַרויסגעגעבן די בעסטע ייִדישע בחורים. משה און איך זײַנען ביידע אַרויס פֿון איין שרײַבערישן חדר, וווּ אונדזער מלמד איז געווען דער באַקאַנטער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. משה איז געפֿלויגן אין זײַנע פּאָעטישע הימלען, און איך האָב זיך געטשעפּעט פֿאַר מײַן שטיקל באָדן. הגם, משה, ווי אַ געבילדעטער פֿיזיקער, האָט געקענט בעסער אײַזיק ניוטאָנס געזעצן. אין די יאָרן פֿון אונדזער יוגנט איז ברייט פֿאַרשפּרייט געווען דער באַגריף — "פֿיזיקער־ליריקער". משה האָט זיכער געהערט צו דער בראַנזשע, אָבער מיט אַ בולטן ייִדישן שניט. אַ סך אונדזערע מיטצײַטלער האָבן זיך מיט זייער ייִחוס געשעמט; מיר האָבן געשעפּט אין דעם אונדזער שאַפֿערישע באַגײַסטערונג. יחיאל שרײַבמאַן פֿלעגט אונדז זאָגן, אַז אַ שרײַבער אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה אַ מעת־לעת. משה האָט עס פֿאַרשטאַנען אויף זײַן אופֿן: אַ פּאָעט אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה צו געפֿינען איין מינוט, ווען עס ווערט געבוירן אַ ליד.
צו שפּילן הײַנט ייִדיש טעאַטער, דאַרף מען האָבן אָדער אַ סך געלט, אָדער אַ סך אַמביציע. דער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער", האָט אַ סך אַמביציע. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז מיט קיין געלט שמעקט דאָרט נישט. און נאָך: אפֿשר הייבט זיך טאַקע אַ נאָרמאַלער טעאַטער אָן פֿון אַ הענגער, אָבער נישט דער "רעפּערטואַר־טעאַטער". איין קלייניקייט, דער טעאַטער האָט נישט קיין אייגענע וואַנט צוצוקלאַפּן צו איר דעם הענגער. שוין אָפּגערעדט פֿון אַ דאַך. שפּילט ער אין דער שיל "בית־אמת", אין ברוקלין. פֿון דעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער טעאַטער מזל, ווײַל בראָש אים שטייט דוד מאַלדעלבאַום — אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר, דירעקטאָר; ער פֿאַרנעמט אויך אַלע אַנדערע שטעלעס און פּאָסטנס, וואָס יעדער טעאַטער פֿאַרמאָגט. דוד מאַנדעלבאַום איז אַ טיפּישער ייִדישער טעאַטער־מענטש. ער איז תּמיד אין זוכענישן — שאַפֿערישע, אַדמיניסטראַטיווע, פֿינאַנציעלע — און אַז מע זוכט, טרעפֿט זיך, אַז מע געפֿינט. אַזוי האָט ער געפֿונען נאָך פֿינף טאַלאַנטירטע מענטשן: דעם רעזשיסאָר משה יאַסור, דעם קלאַרנעטיסט דמיטרי סלעפּאָוויטש און די אַקטיאָרן יעלענאַ שמואלסאָן, רפֿאל גאָלדוואַסער, שיין בייקער — און זיי אַלע האָבן אויפֿגעפֿירט די פֿאָרשטעלונג "אַגענטן", לויט שלום־עליכם. אייגנטלעך, קומט דער געדאַנק אַרויס פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון אַן אַנדער ייִדישן טעאַטער אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך — דער "לופֿטעאַטער". רפֿאל גאָלדוואַסער געהערט אויך צו די טעאַטער־מענטשן, וואָס עס ליגט זיי אין לעבן צו שפּילן דווקא ייִדיש־טעאַטער. און ס׳איז נאָך פֿריש אין זכּרון זײַן מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג, וווּ ער האָט גלענצנדיק אויפֿגעפֿירט "דער גילגול פֿון אַ ניגון", אויפֿן סמך פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג.
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Talk with Shimon Alperovitch
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts - Motl Gordon
אַ מאָל האָט געלעבט אין בעלץ אַ רײַכער באַלעבאָס. האָט ער געהאַט צוועלף זין, עלף קלוגע און איינער — אַ נאַר. דער באַלעבאָס האָט אויך געהאַט אַ שקאַפּע מיט צוועלף פֿערדעלעך — עלף שיינע און איין פֿערדעלע אַ פֿאַרזעעניש.
די ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם
The YIVO Summer Program visits the Forverts
נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..." נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9). |
Search |























קהילה־לעבן