User login |
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער. נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים. אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350...
דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך. דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד. אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון.
דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל... און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט! אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד.
אין די לעצטע חדשים ביז די איצטיקע טעג, ווען מיר זאָגן אַרויס דאָס וואָרט סעפּטעמבער, דעם געוויינלעכן נאָמען פֿונעם נײַנטן חודש פֿון יאָר אויפֿן צײַט־קאַלענדאַר, רופֿט ער אַרויס בײַ אונדז אַ היפּשן פּחד, אַ מורא פֿאַר דעם וואָס ער איז עלול אונדז צו ברענגען. בכלל האָט דער דאָזיקער חודש אַן אָפּשרעקנדיקע קאָנאָטאַציע; ער רופֿט אַרויס צומאָל אַ שוידער שוין דערפֿאַר, ווײַל דער סאַמע ערשטער טאָג פֿון דעם חודש, דער 1טער סעפּטעמבער, מיט 72 יאָר צוריק, האָט געברענגט מיט זיך די גרויזאַמע היטלער־מלחמה און מיט איר דעם חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק. שפּעטער, מיט 41 יאָר צוריק — דער "שוואַרצער סעפּטעמבער", דער נאָמען פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ איר אָנהייב, אַנטלויפֿנדיק דעם 17טן סעפּטעמבער 1970 פֿון די רדיפֿות אין דעם שכנותדיקן יאָרדאַנישן קעניגרײַך, געפֿונען אַ שוץ־אַזיל גראָד אין דער ייִדישער מדינה און דאָ זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער געשטאַלט פֿונעם "כאַמאַס" און פֿון די אַנדערע טעראָריסטישע שלעק. און (נאָך נישט) צום סוף, מיט צען יאָר צוריק, דער "נײַן אילעווען", דער 11טער סעפּטעמבער 2001: דער חורבן־קלאַפּ, וועלכן דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר האָט דערלאַנגט דעם אַמעריקאַנער צענטער פֿון פֿינאַנציעלן און מיליטערישן כּוח און פֿון דער אַמעריקאַנער גאווה... פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער סעפּטעמבער נישט דווקא אַזוי שוואַרץ ווי עס איז זײַן נאָמען. ער האָט אויך נישט ווײַניק "ווײַסע פֿלעקן" פֿון נחמה און האָפֿענונג — ווי דאָס איז געווען, למשל, דער 13טער סעפּטעמבער 1993, מיט ח"י יאָר צוריק, דער טאָג פֿון אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן די גרונט־באַזע פֿאַר דעם שלום־פּראָצעס און וועלכער איז אָבער אַרײַן אין דעם בלינדן געסל פֿון סעפּטעמבער 2011.
וואָס איז געבליבן פֿון יענער עקזאָטישער לאַנדשאַפֿט, אין וועלכער עס האָט זיך געשטאַלטיקט אין ייִדישן — און נישט נאָר אין ייִדישן — באַוווּסטזײַן דער נאָענטער און דער מיטעלער אָריענט, און אין אים, דאָס הייליקע לאַנד מיט זײַן געטלעכן רום און אָריענטאַלישער אידיליע? און ווי פּאַסן זיך צונויף די בילדער פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט און פֿון די איצטיקע געשעענישן אין דעם צעטרייסלטן ראַיאָן, מיט די אימאַזשינירטע בילדער פֿון אונדזער אײַנגעבילדעטן אַמאָל? יעדע אידעאָלאָגישע באַוועגונג, יעדער אידעאַליזם בכלל, פֿאָרמאָגט זײַן רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק פֿונעם אידעאַליזירטן אַמאָל. דער אַמאָל טראָגט אין זיך דעם צויבער פֿון פֿאַרלוירן־געגאַנגענע, אָדער פֿאַרגעסן־געוואָרענע, ווערטן פֿון הויכער מאָראַל, פֿון גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אידעאַלן. אונדזער הײַנטיקע מאַטעריאַליסטישע עפּאָכע פֿון ראַציאָנעלן געדאַנק, וועלכער שטויסט פֿאָרויס און דערנערט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿנט פֿאַר דעם מענטשן נײַע וועלטן מיט נײַע פּערספּעקטיוון, לאָזט נישט איבער קיין אָרט פֿאַר קיין סענטימענטן און קיין צײַט אויף צו בענקען נאָך דער אַמאָליקער ראָמאַנטיק. ליידער, קאָן מען הײַנט נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער זכּרון, די בענקשאַפֿט צו דער ראָמאַנטיק און די בענקשאַפֿט צו די אידעאַלן פֿון אַמאָל ווערן פֿאַרטומלט אין דעם ווירוואַר פֿון דער טעכנאָלאָגיע, פֿון בויען די אויסגעחלומטע און אידעאַליזירטע "נײַע וועלט". דאַקעגן קאָן מען יאָ זאָגן, אַז די שיינע צוקונפֿט־חלומות ווערן פֿאַרטומלט אין דעם רויש און אין וועלטלויף פֿון דער ווילדער קאָנקורענץ; פֿון יאָגן זיך נאָך רווחים אויפֿן "פֿרײַען מאַרק" פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ, אין דער וועלט פֿון קינאה און שׂינאה; פֿון אייגנליבע, פֿון נישט פֿאַרגינערישקייט און אויסנוצערײַ.
"פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין". אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט! און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים. און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה.
אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך. והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט.
נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק! דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ.
נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע". עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט. חזיונות, נבֿואישע וויזיעס, זײַנען געוויינטלעך אַ פּראָדוקט פֿון דער מענטשלעכער נויט, אָפּהענגיק פֿון דעם מעמד, פֿון דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער פּאָזיציע, אָדער אָנגעהעריקייט, פֿון דעם "וויזיאָנער". אין ייִדישן פֿאָלקלאָר קומט דער קלאַסן־אונטערשיד און די מאָס פֿון יעדן איינעמס נויט צום אויסדרוק אין דעם ווערטל: בײַ וועמען איז דאָס לעבן ביטער און בײַ וועמען איז די יויך צו שיטער. אין דער מאַרקסיסטישער תּורה דריקט עס זיך אויס אין דער טעזע, לויט וועלכער "דער זײַן באַשטימט דעם באַוווּסטזײַן". דאָס איז חל נישט נאָר אויפֿן סאָציאַלן, נאָר אויך אויפֿן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן פֿון דעם אייבערשטנס יצירה.
ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג? זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך. ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי... אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע! |
Search |































קהילה־לעבן