פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן?

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט.

פּאָליטיק

אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט".

דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט.

פּאָליטיק

די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה.

אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה",

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויפֿסנײַ־געוויילטע כּנסת — די 18טע לויט דער ריי — איז דערעפֿנט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיט 31 נײַע דעפּוטאַטן — אַ פֿערטל פֿון איר פּלענום, און מיט 21 פֿרויען — אַ פֿינפֿטל פֿון אים; די גרעסטע צאָל פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. דאַקעגן צו דער רעגירונג, וועלכע דאַרף איצט אויפֿקומען, איז בראָש פֿון איר נאָמינירט געוואָרן דורך דעם מדינה־פּרעזידענט דער אָנפֿירער פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו. נישט ווײַל ער רעפּרעזענטירט, ווי עס איז געוויינלעך אָנגענומען אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער פּראַקטיק,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, בנימין נתניהו, אַביגדור ליבערמאַן און אהוד ברק

ווער האָט "געוווּנען" די וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך צו דער 18טער כּנסת? — האָבן געפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן מיט נײַגער אָפּגעוואַרט די דערווײַליקע רעזולטאַטן פֿון די מאָדעל־ אורנעס, נאָך דעם ווי זיי זײַנען די גאַנצע צײַט פֿון דעם וואַל־יאַריד געשפּײַזט געוואָרן מיט די זיך בײַטנדיקע רעזולטאַטן פֿון די פּובליק־טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און האָבן שוין קיין באַזונדערע איבערראַשונג נישט דערוואַרט.

ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי צאַנין

אַז מען זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל: "צאַנין", מיינט מען: ייִדיש; און אַז מען זאָגט: "ייִדיש" — מיינט מען צאַנין. די צוויי ווערטער, דער באַגריף און דער נאָמען, זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן אין אַ גאָרדישן קנופּ. זיי זענען, למעשׂה, איינס און דאָס זעלבע.

איך בין צאַנינס אַ תּלמיד און אַ חסיד זינט איך בין, אין מערץ 1953 ווי אַ באַפֿרײַטער זעלנער נאָכן פֿאַרענדיקן מײַן דעמאָלט צוויי־יאָריקן מיליטער־דינסט און זוכנדיק אַרבעט, געקומען אין די "לעצטע נײַעס" פֿרעגן, אפֿשר האָבן זיי פֿאַר מיר עפּעס אַ צײַטווײַליקע טעכנישע אַרבעט אין דער רעדאַקציע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן:

ליטעראַטור
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוסף פּאַפּיערניקאָוו

ווי קומט עס, אַז אַזאַ ייִד ווי איר, וואָס לעבט שוין איבער פֿופֿציק יאָר אין לאַנד, זאָל נישט האָבן קיין אייגענע שטוב, קיין "מגרש"* און קיין סטאַבילן דאַך איבערן קאָפּ?" — האָט אַ בּעל־הבּית פֿון אַ דירה געפֿרעגט דעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוון ווען דער איז געקומען צו אים וועגן דינגען אַ צימער, נאָך דעם ווי ער האָט געלייענט זײַן אַנאָנס אין דער צײַטונג.

אַזוי דערציילט אונדז יוסף פּאַפּיערניקאָוו אין אַ געמיטלעכן שמועס, אין וועלכן ער רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן וועגן דעם גפּרל פֿון אַ ייִדישן דיכטער, וועלכער איז גוט באַקאַנט אין אַלע ייִדישע קרײַזן איבער דער וועלט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל:

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון; ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח קענען שוין הײַנט קיינעם מיט גאָרנישט איבערראַשן, און די וועלט קען אויך מיט גאָרנישט איבערראַשן ישׂראל. ווי זאָגן די פֿראַנצויזן? "דעזשאַ וווּ" — דעם פֿילם האָבן מיר שוין געזען. מיר קענען דאָס שוין פֿון פֿריִער. אַלץ וואָס עס געשעט בײַ אונדז די טעג אין דער מלחמה אין עזה־פּאַס, געשעט אין לאַנד שוין נישט צום ערשטן מאָל, נאָר מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן דעם ביטערן טעם פֿון דעם פֿריִער געשעענעם און זײַנע פֿאָלגן.