פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן;

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָרענונג אויף דער וואַנט

די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די קאָלעקטיווע אייגנשאַפֿטן פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט איז — דער סעלעקטיווער זכּרון, און באַזונדערס, דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון. און גאָר באַזונדערס — דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון בנוגע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע פּאַסירונגען, פֿון די לעצטע עטלעכע דורות. אַ סימן, אַז די מדינה עלטערט זיך, זי דערנענטערט זיך צום פּענסיע־עלטער.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אייבי נאַטאַן אין ראַדיאָ־סטאַנציע “קול השלום

“ער האָט ליב געהאַט דאָס לעבן, ער האָט ליב געהאַט מענטשן און ער האָט ליב געהאַט דעם שלום".

מיט אָט דער טרעפֿלעכער כאַראַקטעריסטיק האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט מספּיד געווען דעם מיטאָלאָגישן שלום־קעמפֿער אייבי נאַטאַן, וועלכער איז פֿאָריקע וואָך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 81 יאָר. ער איז געשטאָרבן אין טיפֿער איינזאַמקייט — אָבער ווי עס טרעפֿט גאַנץ אָפֿט מיט מענטשן, וואָס האָבן זייער לעבן געווידמעט דער מענטשהייט און איר אַ סך געגעבן, איז אויך אייבי נאַטאַן געוואָרן פֿאַרלאָזט און פֿאַרגעסן אויף דער עלטער, ווען ער האָט שוין נישט געהאַט מער וואָס צו געבן דעם פֿאָלק און דער מענטשהייט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַל­טער­טימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבער­צורײַסן די מלחמות און דער­נענ­טערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבער­געריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען גע­וואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מי­ניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראל­דיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דער­ציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַ­טיקדיקן קאָלום.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בראָניסלאַוו גערעמעק

"בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט"

אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוי­לישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלט­שטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָ­מו­נאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָר­שטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכ­געשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד".