פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישטאָ מער קיין אידיליע, קיין שלום־בית, אין דער איצטיקער רעגירונג פֿון ישׂראל. נאָכן איבערקומען די ברויזנדיקע תּקופֿה פֿון מער ווי צוויי יאָר אין אַ זעל­טענער אידיליע, איז זי איצט געוואָרן אַ רעגירונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם פּאָלי­טישן צוטרוי צו זיך אַליין. פֿאָרמעל אָבער "לעבט זי נאָך", און אַפֿילו גאַנץ עפֿעקטיוו, אויך אָן דעם צוטרוי פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. איר גורל וועגט זיך אָבער אין די עצם שעהן ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"עס איז ממש אַ וווּנדער ווי אַזוי ער האָט דאָס באַוויזן אין איין וואָך אַריבער­צוגיין וווינען אויפֿן גולן, אויפֿצושטעלן אַן אַלטערנאַטיווע רעגירונג, באָמבאַרדירן איראַן — דאָס אַלץ אָבער מיטן בלויזן מויל — און דערמיט גורם צו זײַן דעם שאַרפֿסטן אין דער געשיכטע אויפֿשפּרונג פֿון די פּרײַזן פֿון נאַפֿט: 11 דאָלאַר אין משך פֿון איין מעת־לעת, דערנענטערנדיק אים צו 140 דאָ­לאַר אַ פֿאַס, צו דעם העכסטן פּרײַז אין דער געשיכטע".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך; אַז מען שיסט — דערשיסט מען זיך.

צי איז שוין די 60־יאָריקע, די דער­וואַקסענע מדינת־ישׂראל, געקומען צו דער דאָזיקער איבערצײַגונג, און צי איז זי שוין גרייט צו באַצאָלן פֿאַר איר דעם ווייטיקלעכן, אָבער אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרלאַנגטן פּרײַז?

די גרויסע בשׂורה וועגן דער דערעפֿע­נונג, אָדער "באַנײַונג", פֿון די שלום־גע­שפּרעכן מיט סיריע בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג, וואָס דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ היסטאָרי­שע ווענדונג אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט — איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַ­טאָ­רישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענ­טראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס נישט — עס איז מיר שווער צו אַנטשיידן — צי איז דאָס טאַקע אַ ברכה, אָדער אַ האַרבער נסיון פֿונעם געוויסן, די צעטרענצלונג פֿון דעם אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה. פֿאַר מיר איז דאָס די הייליקסטע פֿון אַלע דאַטעס אויפֿן ייִדישן לוח־הזכּרון.

איך מיין דאָ דעם 19טן אַפּריל, וועלכער איז גלײַך נאָכן חורבן געוואָרן ספּאָנטאַניש אָנגענומען ווי דער סאַמע נאַטירלעכסטער טאָג פֿון יזכּור נאָך דעם גרויסן בראָך פֿון אונדזער פֿאָלק,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די ערשטע נײַנצן יאָר ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז מדינת־ישׂראל באַטראַכט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי דוד קעגן גליתן. דאַקעגן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַרמעסט מיטן טעראָר פֿון די אַזוי־גערופֿענע "פֿעדאַין"־לײַט, האָט דער פּרע­מיער לוי אשכּול באַצייכנט ישׂראל, מיט איר זיגנדיקן מיליטערישן כּוח, ווי — "דער נע­בעכדיקער שמשון".

אין אַזאַ צושטאַנד געפֿינט זיך איצט מדינת־ישׂראל אין אָנבליק פֿון דעם "כאַמאַ­סישן" ראַקעטן־טעראָר אין מערץ 2008.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון טעראָר און רעוואַנש, איז דער נאַטירלעכער אָנט­רײַבער פֿון מלחמה. טעראָר און נקמה, און ליקווידאַציעס און ווידער נקמה — דאָס אַלץ דינט ווי דער ברענשטאָף, וואָס הייצט אָן די אַטמאָספֿער, פֿאַרשאַרפֿט די סיכסוכים און אַנטוויקלט בײַ די פֿײַנטלעכע אָדער צעקריגטע צדדים די מאָטיוואַציע צו לייזן זייערע קאָנפֿליקטן נאָר מיט כּוח.

דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער:

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבער­געלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער "וועגן־מאַפּע" פֿון אַנאַפּאָליס צו דעם "ווינאָגראַד־באַריכט", וועלכער דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די קומענדיקע וואָך; און פֿון דאָרט צו די געגרייטע פֿײַערלעכקייטן, לכּבֿוד דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט דער שלום־צוג פֿון דעם באַנײַטן פּאָליטישן פּראָצעס זיך אָנגעשטויסן אויף דער ברענענדיקער סטאַנציע פֿון עזה. נישט אַזוי דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן, פון די סנאַריאַדן און באָמבעס, ווי די בלאָקאַדע פֿון עזה און איר פֿאַרפֿינצטערונג — האָט אויפֿגערודערט די דרויסנדיקע וועלט.