פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעד­זשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָ­מישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטי­קע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן
צו טוישן די פֿראָנטן
איידער די האָריזאָנטן
(סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ)


דער מיטעלער מיזרח איז הײַנטיקע וואָך איבערגעקומען נאָך אַ "שפּיצן-קאָנפֿערענץ" פֿון די פֿיר מנהיגים, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם "פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט" — דאָס מאָל אָן דעם "ביג באָס",

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון פּערעס און פּרעמיער אהוד אָלמערט אין דער כּנסת, מיטוואָך, בעת מע ציילט די שטימען פֿון די פּרעזידענט־וואַלן

דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עמיר פּרץ און זײַן פֿרוי, אחלמה, שטימען אין זייער היימשטאָט שׂדרות

"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
און "עבֿודה" עסט אויף אירע גרינדער...

דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבע­טער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער געוועזענער ריכטער אליהו ווינאָגראַד (לינקס) גיט פּרעמיער אהוד אָלמערטן דעם באַריכט וועגן דער לבֿנון־מלחמה, אינעם פּרעמיערס ירושלימער ביוראָ, דעם 30סטן אַפּריל,

זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניס­טער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה".

ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָסל מלאָטעק

ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָר­געלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק.

דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנ­גע­פֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש.

פּאָליטיק

דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.

פּאָליטיק

וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט...

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַריכט פֿון דער "האַלבער שפּיצן-קאָנפֿערענץ", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם מאָנטיק אין ירושלים און וואָס אין אַנדערע טעג וואָלט ער דערשינען אונטער אַ שרײַענדיקן הויפּט-קאָפּ אויף די פֿראָנט-זײַטן פֿון אַלע צײַטונגען, איז אויף צו מאָרגנס אַראָפּגערוקט געוואָרן אונטן אויף אַ דריטן אָדער פֿערטן אָרט פֿון די צײַטונגס-קעפּ, און בײַ אייניקע אַפֿילו אויף אַן אינערלעכער זײַט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק.