רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

קאַליפֿיאָר, צעשניטן אויף "בלימעלעך"
5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן
4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט
1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן
3/4 לעפֿעלע זאַלץ
1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak)
1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
1/2 טעפּל יויך
2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק

הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס).
מישט צונויף דעם קאַלעפֿיאָר, די פֿעפֿערלעך, קנאָבל, איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע טימיאַן, 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/2 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. צעשפּרייט זיי אויף אַ בלעך און בראָט זיי אין אויוון, איבערדרייענדיק זיי פֿון צײַט צו צײַט, ביז די גרינסן ברוינען זיך צו, אַרום 30 מינוט.
בשעת איר הייצט אָן אַ גרויסע פּאַטעלניע איבער אַ הויכן פֿײַער, מישט צונויף אין אַ שיסעלע 1 לעפֿעלע טימיאַן, 1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער און 1/4 לעפֿעלע זאַלץ. צעשנײַדט דעם פֿלאַנקען אויף דער העלפֿט, און רײַבט אײַן אין ביידע זײַטן דעם טימיאַן־געמיש.

געזעלשאַפֿט

בײַ דער חתונה אין מאָנסי, אויגוסט 2001 (רעכטס) און אין פֿאָרט־בראַג, צפֿון־קאַראָלײַנע, סוף 2008 (לינקס)
ווען אַרי מאַנדעל איז אין יוני 2007 אָנגעקומען מיט די אַנדערע נײַע סאָלדאַטן אין טרענירונג־לאַגער ("בוט־קעמפּ") אין פֿאָרט־לענאַרד וווּד, מיזורי, האָט די זון געברענט, ווי אַן אויוון. די אַנדערע יונגע לײַט, וואָס זענען געווען צוגעוווינט זומערצײַט צו טראָגן קורצע הויזן, זומער־לײַבלעך און פֿינגערשיך, האָבן זיך שטאַרק באַקלאָגט, אַז זיי מוזן אין די היצן נאָך אָנטאָן וואָלענע קני־זאָקן, קאַמף־שטיוול, קאַרגאָ־הויזן, אַ רעקל און אַ הוט.
אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד.
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט.
געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אין ישׂראל עסט מען שקשוקה — אַן אייער־מאכל מיט פּאָמידאָרן-סאָוס און פֿעטאַ־קעז — פֿאַר פֿרישטיק, מיטאָג אָדער וועטשערע. דעם נאַהיט און די פּאָמידאָרן מעגט איר ניצן גרייט פֿון דער פּושקע. איר וועט, אַגבֿ, דאַרפֿן אַ פּאַטעלניע, וואָס לאָזט זיך אַרײַנשטעלן אין אויוון.
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעהאַקט
4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן
2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע
1 לעפֿעלע קעמיניק
4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט
שוואַרצער פֿעפֿער
1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז
8 גרויסע אייער
2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט

הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט.

געזעלשאַפֿט

אָפֿט מאָל זענען די וואָלונטירן פֿון Meals on Wheels (די מאָלצײַט־טרעגער) די איינציקע, וואָס זעען די עלטערע לײַט אויף אַ רעגלמעסיקן אופֿן, און דערפֿאַר לערנט מען די וואָלונטירן איצט, ווי אַזוי צו דערקענען די סימנים פֿון באַלעסטיקונג
מיט צוויי יאָר צוריק איז דער זון פֿון דער לאַנג־יאָריקער פֿילאַנטראָפּין און באַליבטער "דאַמע" פֿון די ניו־יאָרקער "הויכע פֿענצטער", ברוק אַסטאָר, פֿאַרמישפּט געוואָרן צו איינס ביז דרײַ יאָר תּפֿיסה פֿאַר האָבן באַרויבט זײַן מאַמעס 185 מיליאָן־דאָלאַרדיקן פֿאַרמעגן, איידער זי איז נפֿטר געוואָרן.
דער ענין האָט אַטפּלעקט אַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וואָס מע האָט ביז איצט וועגן דעם ווייניק געשריבן: די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט. לויט אַ שטודיע פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון יוסטיץ" פֿון 2009, האָבן כּמעט 11% פֿון מענטשן 60 יאָר און עלטער — בערך 5.7 מיליאָן מענטשן — געליטן פֿון אַ מין באַלעסטיקונג אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט — בפֿרט די וועלכע זענען קרענקלעך און שוואַך — קומט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען: 1) עמעצער ניצט אויס פֿיזישן כּוח קעגן זיי אָדער וואָרנט זיי אַז מע וועט עס טאָן; 2) מע באַליידיקט אָדער מע שרײַט אויף זיי, אָדער מע איזאָלירט זיי פֿונעם אַרום; 3) מע העלפֿט זיי נישט בײַ זייערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן; 4) מע באַגנבֿעט זיי, אָדער מע נעמט איבער דעם קאָנטראָל פֿון זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן, אָן זייער וויסן אָדער דערלויבעניש. פֿון צײַט צו צײַט הערט מען אויך וועגן אינצידענטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אָבער נישט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי אין די אַנדערע פֿיר קאַטעגאָריעס.


"עסט געזונטערהייט!"
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאכלים
אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך,
מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ
קאַשע וואַרנישקעס (פֿרײַ פֿון גלוטען)

Eat In Good Health!
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz
Kasha Varnishkes (100% gluten-free)

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר היט זיך פֿאַר זאַלץ, הייבט אָן ניצן אינדישע געווירצן. זיי גיבן צו אַזוי פֿיל טעם, אַז דער זאַלץ וועט נישט אויספֿעלן. "קאָרי"־פּודער, וואָס באַשטייט פֿון קמיניק (cumin), אינגבער און קורקומע
(turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען.

3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעשניטן
1 מער, צעהאַקט
2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder)
1 טעפּל גרינע לינדזן
4-1/2 טעפּלעך וואַסער
1 פּושקע נאַהיט (chickpeas)
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק)

הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט.

ליטעראַטור, געזעלשאַפֿט

ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב
ד״ר חנה־פֿייגל (אַרויסגערעדט ווי אויף פּויליש־ייִדיש — "פֿײַגל") טערטלטויב, אַ פֿרומע ניו־יאָרק־געבוירענע ייִדיש־לערערין, וואָס וווינט שוין 32 יאָר אין עוואַנסטאָן, אילינוי, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך און קאָמפּאַקטל ייִדישע קינדער־לידער, וואָס זי האָט אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, ווען אירע אייגענע קינדער זענען נאָך געווען פּיצעלעך, און גערעדט אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש ווי די מאַמע. הײַנט זענען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער.
יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען.
די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער.
"אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַוואָקאַדעס זענען געשמאַק און געזונט, אָבער מע דאַרף וויסן ווי זיי אָפּצושיילן. דער גרינגסטער אופֿן: צעשנײַדט עס פֿון אויבן אַראָפּ, און דערנאָך פֿון רעכטס אויף לינקס. נעמט אַרויס דאָס קערל, און דערנאָך וועט איר דאָס שאָלעכץ גרינג קענען אַראָפּנעמען מיט די פֿינגער.

דרך־אַגבֿ, די קליינע, שוואַרצע "האַסס"־אַוואָקאַדעס זענען, געוויינטלעך, זאַפֿטיקער און מער באַטעמט ווי די גרויסע, גרינע קאַליפֿאָרניער אַוואָקאַדעס.

1/2 רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך

1 טעפּל רויטער ווײַן־עסיק

2 "האַסס"־אַוואָקאַדעס, אין דינע רעפֿטלעך

1 לעפֿל איילבערט־בוימל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

געזעלשאַפֿט

ליבי פּאָלאַק, איינע פֿון די באַקאַנטסטע פֿיגורן בײַ "חסידיש ייִדיש"

ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם.
הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש.
די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער


איך האָב לעצטנס געמאַכט דאָס מאכל פֿאַר מײַן משפּחה, ווי אַ בײַגעריכט צו ספּאַגעטי מיט פּאָמידאָרן־סאָוס, און במשך פֿון 10 מינוט, איז פֿון ביידע גאָרנישט געבליבן!
אויב איר ניצט פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, צעשמעלצט עס צו ערשט אין מיקראָכוואַלניק, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור.

1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע
3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
2 פֿונט (9. קילאָ) ספּאַרזשע
1/2 2 טעפּלעך גרינע אַרבעס
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
3/4 טעפּל בלעטער באַזיליק אָדער פּעטרישקע

צעשנײַדט יעדעס ספּאַרזשע־שטענגל אויף 4 אָדער 5 שטיקלעך.
צעשמעלצט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעהאַקטע ציבעלע און מישט, ביז די ציבעלע ווערט ווייך, 3—4 מינוט.

געזעלשאַפֿט

אַ גרופּע חסידישע מיידלעך אויף דער גאַס, נאָוועמבער 2009

אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס מע האָט געצוווּנגען זי חתונה צו האָבן מיטן אָפּגעשטאַנענעם און גײַסטיק קראַנקן אייניקל פֿון אַ חסידישן רבין, און שפּעטער, ווען זי האָט אים אָפּגעגט, האָט מען זי גענייט אויפֿצוגעבן אירע צוויי יונגע קינדער, קעמפֿט איצט אין געריכט זיי צוריקצובאַקומען. איר אַקציע איז אַ זעלטענע זאַך אין דער חסידישער וועלט, וווּ ס׳רובֿ מענטשן זענען נישט גרייט זיך אַנטקעגנצושטעלן די רביים און זייערע משפּחות, וועלכע האַלטן אָפֿט מאָל אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער דער קהילה.
די יונגע מאַמע, רבֿקה מירמלשטיין (אַלע נעמען אין דעם אַרטיקל זענען פֿאַרשטעלטע), וועלכע האָט זיך געגט פֿון איר מאַן, דבֿ־בער ווײַס, אין סעפּטעמבער, טענהט, אַז ווען זי האָט אונטערגעשריבן די לעגאַלע דאָקומענטן, האָט קיינער נישט — אַפֿילו נישט די אַדוואָקאַטין, וואָס די קהילה האָט איר צוגעשטעלט — געגעבן רבֿקהן צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָקומענטן וואָס זי שרײַבט אונטער, נעמען אויך אַרײַן אַ פּונקט, אַז זי גיט אויף דעם אויפֿזיכט פֿון אירע קינדער צו דבֿ־בערס עלטערן, שמואל און גיטל ווײַס.
שמואל ווײַס איז דער באַשטימטער יורש און פֿאַרטרעטער פֿונעם אַלטן רבין, ר׳ גדליה ווײַס — אַ לאַנג־יאָריקער אַלמן, וועלכער איז שוין לאַנג עובֿר־בטל.


"עסט געזונטערהייט!"
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאכלים
אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך,
מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ
לאַטקעס, פּאָנטשקעס און משקה לכּבֿוד חנוכּה

Eat In Good Health!
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz
Latkes, Donuts and Drinks for your Chanukah party